דער אייראפעאישער קאמיסיע האט געמאלדן אז זי וועט באטראכטן ערנסטע שריט קעגן איטאליע, נאכדעם וואס איר פאפוליסטישע רעגירונג האט זיך אנטזאגט צו איבערמאכן א 2019 בודזשעט פארשלאג וועלכע ברעכט די אי-יו רעגולאציעס איבער ספענדינג און טרייבט ארויף רעגירונג אויסגאבן אויף וועלפעיר פראגראמען פיל מער ווי זי איז ערלויבט אונטער די פארשטענדעניש וואס זי האט מיט׳ן פאראיין. איר דעפעציט קומט אן צו 2.4%, און דער פאראיין ערלויבט נישט א דעפעציט איבער 0.8%. דער אייראפעאישער פאראיין פארמאגט דאס לעצטע ווארט איבער די רעגירונג בודשעט פון די אנגעשלאסענע לענדער, ספעציעל איטאליע וואס האט א ריזיגע חוב פאר׳ן פאראיין, אבער דער פאפוליסטישער רעגירונג האט געזאגט אז זיי וועלן זיך נישט ברעכן צו די אייראפעאישע קאמיסיע, און דאס קען ברענגען דעם קאמיסיע צו דערקלערן עקאנאמישע שריט קעגן איטאליע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל