רוסלאַנד'ס אמביציעס צו פירן די אינטערנאַציאָנאַלער פּאָליציי אַגענטור אינטערפּאָל זענען צוקלאפט געווארן מיטוואך נאָכדעם וואס דעלעגאטן האב אויסדערוויילט דעם צייטטווייליגער הויפט קים דזשאָנג יאַנג צו נעמען די פּערמענאַנטער ראָלע.

אלכסנדר פּראָקאָפּטשוק, אַ געוועזענער רוסישע אינערן מיניסטעריום באַאַמטער, איז געווען ערוואַרט צו ווערן ערוויילט אלס פּרעזידענט, אָבער קריטיקירערס האבן זיך קעגנגעשטעלט קעגן זיין נאַמינאציע, באשולדיגענדיג מאָסקווע פאר'ן ניצן אינטערפּאָל'ס סיסטעמען צו ציהלן און נאָכגיין די קרעמלין פיינט.

קים האט געדינט אלס אינטערפּאָל'ס וויצע פּרעזידענט פאַר אזיע זינט 2015, און איז געווען הויפּט פון די אָרגאַניזאַציע'ס נאַציאָנאַלער צענטראלע ביוראָו אין סעאָול אין 2011-2012.

דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פּאָמפּעאָ האט אינדארסירט קים, אַ דרום קאָרעאן פּאָליציי באַאַמטער, צו איבערנעמען די פאריגער פּרעזידענט פון אינטערפּאָל מענג האָנגוועי, וואס איז ארעסטירט געווארן אין כינע.

קים דזשאָנג יאַנג
קים דזשאָנג יאַנג


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל