אויטאריטעטן אין כינע, האבן באשטעטיגט אז דער הויפט פונעם אינטרנאציאנאלן פאליציי קראפט ״אינטערפאל״, געפונט זיך אונטער ארעסט אין בעיזשינג, ברענגנדיג א סוף צו פארשידענע קלאנגן, וואס זענען ארומגעגאנגן אין די לעצטע טעג, נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן, אז ער איז פארשוואונדן געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק נאכ׳ן אנקומען קיין בעיזשינג.

מענג האנגוועי איז א געוועזענער כינעזער באאמטער, וואס דינט יעצט א טערמין אלס הויפט פון אינטערפאל, ער איז ארעסטירט געווארן נאכ׳ן אנקומען קיין בעיזשינג סעפטעמבער 25 פון ליאן, וואו ער האלט זיך אויף נאנט צו די הויפטקווארטירן פון די אינטערפאל, זיין ווייב האט געזאגט אז ער האט איר געשיקט א מעסעזש, אין וועלכע ער האט אנגעדייטעט אז ער האט מורא פאר זיין לעבן.

ער איז דער לעצטער פון א רייע הויכראנגיקע רעגירונג באאמטע און איינפלוסרייכע כינעזער, וועלכע זענען גענומען געווארן אונטער ארעסט אין די לעצטע מאנאטן, אנגעבליך איבער פינאנציעלע פארברעכנס שוחד און שטייער שווינדלעריי, אבער דאס ווייב פון האנגוועי זאגט, אז ער ווערט פארפאלגט דורך די רעזשים פאר פאליטישע צוועקן און אז זיין לעבן איז אין געפאר.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל