כאיר באלסענארא, א עקסטרעם רעכטער פאליטיקאנט, האט נעכטן נאכט געווינען די ערשטע רונדע אין די פרעזידענטליכע וואלן אין בראזיל, נאך א גאר אנגעצויגענע און היציגע וואל פארמעסט, אין וועלכע ער איז איינמאל פארוואונדעט געווארן. באלסענארא האט געווינען 47% פון די שטימען, און זיין נענטסטע קעגנער איז דער אמטירנדער פרעזידענט, דער לינקער פארשטייער פון די ארבייטערס פארטיי פערנאנדא האדאד וועלכער האט געקריגן 26% פון די שטימען, די צוויי וועלן זיך פארמעסטן אין א צווייטע רונדע אין 28 אקטאבער, און ווי עס שיינט וועט באלסענארא זיגן, און דערמיט ברענגען א דראסטישע טויש אין די בראזיליאנער פאליטישע סצענע. באלסענערא האט עטליכע מאל עפנטליך אויסגעלויבט פרעזידענט טראמפ, און פארשפראכן נענטערע באציאונגען מיט אמעריקע אויב ער געווינט.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל