דער אמעריקאנער סעקערטערי אף סטעיט מייק פאמפעאו, האט זיך נעכטן אומגעקערט פון זיין פערטן וויזיט קיין צפון קארעא, און ער האט עס באצייכנט א שטארקע סוקסעס, נאכדעם וואס ער האט געהאט לענגערע געשפרעכן מיט׳ן דעספאט קים יאנג אָן און אנדערע ארטיגע באאמטע.

פאמפעאו איז דאסמאל גאר ווארים אויפגענומען געווארן, אנדערש ווי ביים פאריגן באזוך אין יולי, און ער האט געהאט א פריוואטע זיצונג מיט קים יאנג אן פאר איבער צוויי שטונדן, דער סטעיט דעפארטעמענט האט געזאגט, אז די צוויי האבן דיסוקטירט א צווייטע סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און קים יאנג אן.

א ווארטזאגער פאר די סטעיט דעפארטעמנט האט געזאגט אז דער יעצטיגער באזוך, איז געווען די מערסט פראדוקטיווע זיצונג ביז היינט צווישן די צוויי, און אז די צוויי זייטן האבן איינגעשטימט צו אפהאלטן נאך א סאמיט, צווישן יאנג-אָן און טראמפ ״ווי פריער מעגליך״.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל