שוידערליכע עקסידענט האט פאסירט אינעם שאוהַארי קאונטי, אין ניו יארק, נישט ווייט פון אלבאני, נאכדעם וואס א לימוזין האט פארלוירן קאנטראל, און געמאכט א פאטאלע עקסידענט וואס האט איבערגעלאזט 20 טויטע.

דער לימוזין איז געווען איבערגעפולט מיט פאמיליע מיטגלידער און פריינט, וועלכע זענען געקומען פייער א געבורטסטאג, זיי האבן באשטעלט א באס און ווען דער באס איז נישט אנגעקומען, האבן זיי געקריגן א לימוזין אלס קאמפענסאציע, רוב פון די אנוועזנדע זענען געווען פאמיליע מיגטלידער, צווישן די אומגעקומענע געפונען זיך א פאמיליע פון 4 שוועסטער.

דער דרייווער האט פארלוירן קאנטראל ביי א בארג אראפ און אריינגעפארן מיט קראפט אין פארבייגייער, די 18 אינעם אויטא און נאך צוויי פארבייגייער זענען אומגעקומען אויפ׳ן ארט. אנוועזנדע האבן געשילדערט א שוידערליכע סצענע און עס האט גענומען לאנגע מינוטן, ביז די באגרעניצטע פאליציי און רעטונגס קרעפטן אין די געגענט האבן געקענט נעמען קאנטראל פון די שוידערליכע סיטואציע.

אויטאריטעטן וועלכע פארשן דעם אינצידענט זאגן, אז דער לימוזין איז נישט אריבער די לעצטע יערליכע אונטערזוכונג, און דער דרייווער האט אויך נישט געהאט די נויטיגע לייסענס, צו דרייווען דעם לימוזין, א זאך וואס קען פירן צו א קרימינאלע אויספארשונג, קעגן די באס פירמע וואס האט צוגעשטעלט דעם לימוזין.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל