ווארטזאגער פאר׳ן טערקישן פרעזידענט, זאגן אז טערקיי גלייבט, אז דער סאודישער זשורנאליסט וואס איז פארשוואונדן געווארן אינעם סאודיער אמבאסאדע אין איסטאנבול, איז בארבאריש ערמארדעט געווארן אינעם געביידע און זיין קערפער איז פארניכטעט געווארן.

דער זשורנאליסט דזשאמאל כאטשוגי, איז ווי באריכטעט מער נישט געזען געווארן, נאכ׳ן אריינגיין ארעלעדיגן פארמאלע דאקומענטן אינעם אמבאסאדע פאריגע וואך דינסטאג, און - לויט ווי זיין כלה האט איבערגעגעבן - איז ער קיינמאל פון דארט נישט ארויסגעקומען.

דער 53 יעריגער כאטשוגי, איז מיט א יאר צוריק אנטלאפן פון סאודי אראביע, נאכדעם וואס ער האט זיך געפארכט פאר זיין לעבן צוליב זיין עפנטליכע קריטיק, קעגן די סאודיער מלוכה הויז, ער האט זיך אויפגעהאלטן אין וואשינגטאן, און האט געשריבן - צווישן אנדערע - פאר די ״וואשינגטאן פאוסט״ איבער אנלעגנהייטן פארבינדן צו סאודי אראביע און מיטל מזרח.

טערקישע באאמטע זאגן אז אינעם טאג וואס ער איז אומגעברענגט געווארן, זענען אנגעקומען 12 סאודיער רעגירונג ארבייטער קיין טערקיי, און פארלאזט דעם זעלבן טאג נאכ׳ן זיך אויפהאלטן אינעם אמבאסאדע געביידע, זיי גלייבן אז זיי זענען געווען פארבינדן צום מארד, די סאודיער רעגירונג לייקנט קאטעגאריש די באשולדיגונג, די טערקישע רעגירונג פארלאנגט א אויספארשונג, אבער די סאודיער האבן זיך אנטזאגט צו געבן פאר טערקישע פארשער צוטריט צו אירע זיכערהייטס קאמערעס.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל