ארכעאלאגן וועלכע נישטערן דורך זאמד וועלכע איז אוועקגעפירט געווארן פונעם הר הבית, האבן געפונען צווישן די זאמד און אפפאל א שטיין וועלכע איז גענוצט געווארן צו וועגן דעם מחצית השקל אין די צייט פונעם ערשטן בית המקדש. א גאר זעלטענע געפונס, וויבאלד עס זענען נישט דא קיין סאך איבערבלייבענישן פונעם ערשטן בית המקדש.

דער קליינער שטיין האט איינגעקריצט דאס ווארט "בקע" אויף זיך אינעם כתב עברי, וואס מען האט זיך באנוצט אין די תקופה. דער שטיין איז וואשיינליך גענוצט געווארן צו אפוועגן א מחצית השקל אין די צייט וואס עס זענען נאכנישט געווען קיין מטבעות אזוי ווי אין די זמן בית שני.

בקע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל