הומאניטארע ארגאניזאציעס אלאמירן איבער א שרעקליכע הונגער קריזיס אינעם מלחמה געפלאגטע תימן, און ווארענען אז אזויפיל ווי האלב פון די תימנ׳ער בירגער זענען אין געפאר פון אויסגיין פאר הונגער אויב עס ווערן נישט גענומען קיין שריט. דער ווארטזאגער פאר די יו.ען. האט עס באצייכנט אלס די ארגסטע הונגער קריזיס וואס מען האט געזען אין פילע יארן.

תימן איז פארוויקלט אין א בלוטיגע קריג צווישן די סאודי-געשטיצטע רעבעלן און די איראנער געשטיצטע הוטי רעבעלן, וועלכע האט שוין געקאסט טויזנטער לעבנס, און צוליב דעם וואס טראנספארט מיטלען זענען באגרעניצט און די פעלדער ווערן נישט באארבייט, הערשט א שרעקליכע הונגער. אזוי אויך איז פארהאן א מאנגל אין מעדיצין, און אנדערע הומאניטארע געברויכן.

לויט די סטאטיסטיקס, זענען ארום 130 קינדער געשטארבן טעגליך אין די פארלאפענע יאר פון הונגער. דאס איז ארום 50,000 דורכאויס דעם יאר, און זיי ווארענען אז די סיטואציע ווערט פארארגערט יעדן איינציגן טאג, און דאס איז אויסער די צענדליגע טויזנטער פאטאליטעטן פון א שרעקליכע כאלערע אויסברוך.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל