דער געוועזענער ניו יארקער סטעיט סענאטאר דיען סקעלאס, איז פאראורטיילט געווארן צו פיר יאר טורמע איבער קארופציע קלאגעס. די קלאגעס נעמען אויך אריין באשולדיגונג פון בלעקמעיל, געלט שווינדל און מיסברויך פונעם רעגירונג קאסע.

דער 70 יעריגער סקעלאס איז געווען פאררעכנט אלס א שטארק איינפלוסרייכער רעפובליקאנער פאליטיקאנט אין אלבאני, און געדינט איין טערמין אלס סענאט פירער. ער האט אויסגענוצט זיין פאזיציע צו פארלאנגען פון ביזנעסער וועלכע האבן געדארפט זיין הילף צו געבן פאר זיין זון פיקטיווע דשאבס און אזוי ארום געבן שוחד, און האט אזוי ארום פארדינט איבער 4 מיליאן דאלער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל