מאנהעטן - דער ניו יארקער גאווערנאר ענדרו קאומאו האט היינט מיטוואך אריינגעשיקט פרישע הונדערט נעשאנעל גארד זעלנער צו פארשידענע טראנסיט צענטערן איבער די סטעיט, רופענדיג פאר א "איבערפלוס פון אפגעהיטנקייט", נאכדעם וואס פארדעכטיגטע פעקליך זענען געשיקט געווארן צו די אדרעסן פון דעם געוועזענער סעקרעטערי אוו סטעיט הילערי קלינטאן, דער געוועזענער פרעזידענט באראק אבאמא, סי.ען.ען. און אנדערע דעמאקראטישע און טראמפ-פארפיינטע פיגורן.
הוסף רשומת תגובה