די סיקרעט סערוויס האט אויפגעכאפט און אפגעשטעלט צוויי פארדעכטיגטע פעקלעך, צו דער געוועזענער סעקרעטערי אוו סטעיט הילערי קלינטאן אין וועסטשעסטער, און צו דער געוועזענער פרעזידענט באראק אבאמא אין וואשינגטאן.

נעכטן איז אנדעקט געווארן א פעקל מיט אויפרייס מאטעריאל וואס איז געשיקט געווארן צו די היים פון דעם לינקן ביליאנער דזשארדזש סאראס, ערפינדער פון "מאָוו אָן דאַט אָרג".

בילד

באזונדער איז היינט עוואַקואירט געווארן די סי.ען.ען. געביידע אינמיטן איר בראָדקאַסט, ווען די אלארם האט זיך אנגעצונדן ווען מען האט אנדעקט א פארדעכטיגטע פעקל אין די פּאָסט צימער.

👈 זעהט ווידיא

בילד

די ווייסע הויז האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט איבער די אינצידענטן, זאגענדיג אז "מיר פארדאמען די געוואלדטאטן לעצטענס פרובירט קעגן פרעזידענט אבאמא, סעקרעטערי קלינטאן, און אנדערע פובליק פיגורן. די טעראר אקטן זענען גרויליג, און די פאַראַנטוואָרטליכע וועלן געהאלטן ווערן צו די פולע שטרענגקייט פונעם געזעץ."

עס איז צו דערמאנען אז טראמפ האט כסדר קלאר געשטיצט און געמוטיגט געוואלדטאטן קעגן די דעמאקראטן (זעהט ווידיא) און גערופן די מידיא די פיינט פון אמעריקע.


זהירות: נשים



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל