האַנוי, וויעטנאַם - מענטשן אין וויעטנאַם געבן אָפּ די לעצטע כבוד צו דעם געשטאָרבענעם סענאַטאָר, געוועזענער אַמעריקאַנער געפאַנגענער און העלד, דזשאַן מעקעין. מעקעין איז געהאַלטן געוואָרן געפאַנגען אין וויעטנאַם פאַר לאַנגע יאָהרן, ליידענדיג שווערע פיזישע, עמאָציאָנאַלע און פּסיכאָלאָגישע יסורים (לייענט מער), אָבער איז געווען שטאַרק טעטיג אין צוזאַמברענגען די צוויי פיינליכע לענדער.

מענטשן פון איבער גאַנץ וויעטנאַם ברענגען בלומען צו די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין די הויפּטשטאָט, ווי אויך צו די מאָנומענט (זעה בילד), וואס איז געבויעט געוואָרן אויפ'ן אָרט ווי מעקעין האָט געלאַנדעט מיט זיין פּאַראַשוט, ווען ער איז אַראָפּגעשאָסן געוואָרן אין 1967 אינמיטן די קריג (לייענט מער).

אגב, מעקעין האָט געזאָגן פאַר די "סי-ספּען" טעלעוויזיע טשענעל אין 1992, אַז ער האָט קיינמאָל נישט פאַרשטאַנען פאַרוואָס מען זאָל בויען די מאָנומענט ביי די "טראָק באַך לעיק" אינמיטן די היינטיגע הויפּטשטאָט האַנוי, "פאַרוואָס זיי האָבן דאָס אויפגעשטעלט, די באדייט וואס דאס איז צו זיי, האָב איך קיינמאָל נישט פאַרשטאַנען", האָט ער זיך צולאַכט.

רעטראספּעקט: אַ פאַרוואַסערטע טוויט

אין די זעלבע צייט באַריכטעט די וואַשינגטאָן פּאָוסט, אַז פּרעזידענט טראָמפּ האָט אָפּגעזאָגט די פאַרלאַנג פון זיינע ראַטגעבער, צו פאָרליינען אַ סטעיטמענט וואָס זיינע שרייבערס האָבן אָנגעגרייט אין עהרע פון סענאַטאָר מעקעין, ווי עס האָבן זיך געפירט אַלע לעצטערע פּרעזידענטן. פּרעסע סעקרעטאַר סערע האָקעבי סענדערס, שטאַב הויפּט דזשאַן קעלי און אַנדערע ווייסע הויז געהילפן און ראַטגעבער האָבן רעקאָמענדירט אַז טראָמפּ זאָל פאָרליינען אַ אָפיציעלע מעסעדזש וואָס לויבט אויס די העלדישקייט און לעבן פון דעם באַצירטן אַמעריקאַנער פּאַטריאָט, אַריינגערעכט זיינע דינסטן אין די אַרמיי, קאָנגרעס און סענאֶט. די אָריגינאַלער סטעיטמענט איז אָפּגעשריבן געוואָרן גלייך נאַך מעקעין'ס טויט, און סענדערס מיט אַנדערע האָבן דאס צוגעפּיצט צו אַ ענדגילטיגע ווערסיע.

אָבער טראָמפּ איז באַשטאַנען אַז ער וויל דאָס אפּ'פטר'ן מיט אַ גאָר קורצע טוויט. "מיין טיפסטע סימפּאַטיעס און רעספּעקט גייט צו די פאַמיליע פון סענאַטאָר דזשאַן מעקעין. אונזער האַרץ און תּפילות זענען מיט דיר!", האָט טראָמפּ - אַ כראָנישער טוויט עדיקט - אַרויסגעשריבן.

פּרעסע סעקרעטאַר סענדערס האָט זיך אַנטזאָגט צו קאַמענטירן דערוועגן. "עס איז שרעקליך", האָט מאַרק קאָרעלאָו, אַ געוועזענער וואָרטזאגער פאַר טראָמפּ'ס לעגאַלע טיעם און אַ לאַנג-יאָהריגער רעפּובליקאַנער סטראַטעגיסט, געזאָגט איבער טראָמפּ'ס רעאַקציע צו מעקעין'ס טויט. "אין אַזאַ צייט, וואָלסטו ערוואַרטעט מער פון אַן אַמעריקאַנער פּרעזידענט, ווען מ'רעדט דאָ פון די פטירה פון אַ ריכטיגע אַמעריקאַנער העלד".
בילד: די אמעריקאנער מיליטערישער צו וויעטנאם לייגט א קראנץ בלומען ביי די מעקעין מעמאריעל

אויסשליסליכע באריכט פון אפרים הערשקאוויטש צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל