וואשינגטאן – אן אינטערעסאנטע שפיל קומט פאר אין וואשינגטאן אין די יעצטיגע טעג, ווען די פארטייען באשולדיגן זיך איינער דעם צווייטן, אז דער אנדערער רעדט מער פון אימפיטשן טראמפ. עס איז קלאר אז אויב די דעמאקראטן פארכאפן קאנטראל פון קאנגרעס, וועלן זיי אנהייבן פרובירן דורכצופירן אימפיטשמענט פראצעדורן קעגן טראמפ, אבער יעצט ווילן זיי נישט רעדן דערפון, ווייל אויב וועלן די טראמפ שטיצער הערן אז די דעמאקראטן ווילן אימפיטשן, וועלן זיי זיכער מאכן ארויסצוקומען אין די מאסן צו די שטים בודקעס ביי די מידטוירם וואלן.

עס גייט אזוי ווייט, אז נעכטן האט דער מאכטפולער דעמאקראטישער קאנגרעסמאן עריק סוואלוועל געזאגט, אז דערווייל זעהט ער נישט גענוג לעגאלע שטאף צו קענען אימפיטשן טראמפ. די רעפובליקאנער ווילן יעצט אבער וואס מער רעדן פון אימפיטשן, ווייל ווי געשריבן וועט דאס געבן ענערגיע פאר די טראמפ וויילער, און די רעפובליקאנער האפן אז אזוי וועלן זיי אנהאלטן קאנטראל פון קאנגרעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל