אמעריקע און מעקסיקא דערגרייכן צייטווייליגע נאפטא פארשטענדעניש
די פאראייניגטע שטאטן און מעקסיקא האבן דערגרייכט א פארשטענדעניש, וואס וועט צייטווייליג אויסארבעטען די נאפטא האנדלס פראוויזיעס.

אמעריקע, קאנאדא און מעקסיקא האבן אונטערגעשריבן די נאפטא אפמאך אין 1994, צו פארמירן א האנדל בלאק וואס וועט העלפן די קאנסומערס, ביזנעס און עקאנאמיעס פון די דריי שכנים, אבער האט אויפגעברענגט קריטיק פון אמעריקאנער ארבעטערס וואס דארפן צוליב דעם קאָנקורירן מיט די ארבעטער פון די אנדערע לענדער ווי מען באצאלט ווייניגער.

פרעזידענט טראמפ האט געגעבן א אינטערוויו פאר די "סיקסטי מינוטס" (60 מינוט) שאו אין 2015, ווי דער דאן-קאנדידאט האט זיך אויסגערוקט אז נאפטא איז "די ערגסטע האנדל אפמאך וואס אמעריקע האט אונטערגעשריבן", און האט צוגעזאגט אז אויב ער ווערט ערוויילט, וועט ער איבער-פאַרהאַנדלען דעם אפמאך אדער עס אינגאנצן אפברעכן.

אין יולי 2017 האט די טראמפ אדמיניסטראציע ארויסגעשטעלט א ליסטע פון פארלאנגען, אלס תנאים צו פארבלייבן אין די אפמאך. די שטערקסטע זארג פאר די אדמיניסטראציע, איז געווען די האנדלס דעפיציט.

די היינטיגע אפמאך שרייבט נאכנישט גענצליך איבער די אריגינאלער אפמאך, אבער שטעלט ארויס אן אנערקענונג איבער טראמפ'ס זארגן, און א פארשטענדעניש צו פארשטייפן געזעצן איבער קארס, צו העלפן פארבעסערן פראדוקציע אין צפון אמעריקע.

פאר מען קען פאקטיש איבערשרייבן דעם אפמאך, דארף נאך די טראמפ אדמיניסטראציע זיך אראפזעצן מיט קאנאדא, דער דריטער שיתוף, צו אויסארבעטן זארגן איבער די מילך אינדוסטריע, צווישן אנדערע.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל