וויליאמסבורג – מיט צער און טרויער האבן טויזענטער אידן באגלייט די מיטה פון הגאון הצדיק רבי ישכר דוב הכהן כ"ץ זצ"ל גאב"ד ק"ק דושינסקיא וויליאמסבורג וועלכער איז נפטר געווארן לחיי העולם הבא דעם פארלאפענעם דאנערשטאג נאכט, נאכ'ן נישט זיין געזונט פאר א שטיק צייט, אין די צייט וואס דאס יהדות החרדית האט מתפלל און מעורר רחמים געווען לרפואתו.

דער רב זצ"ל איז געווען דער זון פון הגה"צ רבי אשר שמואל כ"ץ זצ"ל אב"ד דזשיבוי, און איידעם פון הגה"צ רבי ישראל משה דושינסקיא זצ"ל גאב"ד ירושלים, און נאך וואס ער האט פאר עטליכע יאר מקבל געווען מתורתו פון זיין גרויסער שווער, האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין וויליאמסבורג וואו ער האט משמש געווען פאר צענדליגער יארן אין די קהילה קדושה דושינסקיא. דער רב האט דאהי אנגעפירט די הייליגע קהילה, און איז געשטאנען בראש פון די דושינסקיא ישיבה און די בארימטע כולל לאברכים. די בני הקהילה און תלמידי הישיבה זענען געווען שטארק אנגעבינדן בקשר אמיץ וחזק אין דעם רב זצ"ל.

פאר א שטיק צייט צוריק איז דער רב נישט געזונט געווארן, והוא מחולל מפשעינו, און א טיפע שאק האט ארומגענומען דאס יהדות החרדית, און איבערהויפט די בני הקהילה און זיינע טייערע תלמידים. איבעראל האט מען מעורר רחמים געווען, און נאכאנאנד זענען ארגאניזירט געווארן ספעציעלע מניני תהילים, ובפרט ביים ציון הקדוש פון זיין גרויסן רבי הרב הקדוש מסאטמאר זצוק"ל אין קרית יואל. אין די לעצטערע צייט איז אנטשטאנען א פארערגערונג אין זיין מצב און דער רב זצ"ל האט אויסגעהויכט זיין נשמה במעמד פון די בני המשפחה איבעראל ווי די בשורה איז אנגעקומען איז דאס אויפגענומען געווארן מיט א טיפע צער, און ספעציעל ביי יהדות וויליאמסבורג וואו ער האט געהאט די זכיה צו זיין פון אירע פירנדע רבנים. דער נפטר זצ"ל איז געווען דער ראש המדברים בכל מקום, ובפרט ביי אלע מערכות למען קדשי ישראל, וואו ער האט מיט זיין לשון לימודים, און זיין אראטארישע רעדנערישע קראפט עלעקטריזירט דעם ציבור און מיט זיינע בליציגע געדאנקן האט ער געפאנגען די הערצער פון די צוהערער. כל ימיו האט ער עוסק געווען צו אוועקשטעלן שלום אין אידישע שטובער, און זיך באשעפטיגט מיט פארשפרייטן קדושה וטהרה דורך מעורר זיין אויף דברים הצריכים תיקון.

טויזענטער זענען אנוועזענד געווען ביי די הארציגע מעמד הלויה ביי דעם דושינסקיא בית המדרש אויף ראס קארנער בעדפארד. עס האט מספיד געווען זיין ברודער דזשיבויער רב פון מאנטריאל, הגאון ר' מענדל זילבער שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, הגאון ר' הילל וויינבערגער שליט"א אב"ד סערדאהעלי, און הרה"ג ר' ישי ליבערמאן שליט"א אן איידעם פון דעם רב זצ"ל, הגאון ר' אלי' כ"ץ שליט"א זון פון דעם רב, און הגאון ר' יוסף כ"ץ שליט"א וועלכער איז נתמנה געווארן תחת אביו לכהן ברבנות אין די קהילה. שווערע בכיות איז זיך צוגאנגען ווען הגאון אב"ד קאפיש שליט"א לרפו"ש האט זיך געזעגענט פון זיין ברודער, אים בעטנדיג צו מעורר זיין רחמים למעלה פאר די חולי ישראל.

אין קרית יואל האבן מספיד געווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, בנו הגאון ר' פנחס כ"ץ, כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, הרה"ג ר' לייביש דייטש שליט"א, און הרבני הנגיד ר' יצחק ראבינאוויטש שליט"א. ער איז געברענגט געווארן למנוחות סמוך ונראה צום ציון פון הרב הקדוש מסאטמאר זצ"ל אין דעם בית החיים אין קרית יואל. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל