דזשאן מעקעין, א רעספעקטירטער קריג'ס העלד, א זעלבסטשטענדיגער שטימע אין קאנגרעס און א קאנדידאט פאר פרעזידענט אין די 2008 פארמעסט, איז היינט אוועק פון די ביטערע מחלה אין עלטער פון 81 יאהר.

מעקעין'ס שטאב האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט, אז די סענאטאר איז אונטערגעפאלן נאך א לאנגע געראגעל מיט גליאָבאַסטאָמע, אן אגרעסיווע סארט קענסער אין די מוח, היינט 4:28 נאכמיטאג, אביסל מער ווי א יאהר פון ווען עס האט זיך דערוואוסט אז ער האט די קראנקהייט. דעם פארגאנגענעם פרייטאג, האט ער אויפגעהערט צו נעמען באַהאַנדלונג.

דזשאן מעקעין איז געבוירן געווארן אין 1936, אין א נעווי באזע. זיין טאטע איז געווען א נעווי אדמיראל, און זיין מאמע לעבט נאך. ער האט זיך איינגעשריבן אין די נעווי דינסט, און אנטייל גענומען אין די קאמפן ביי די וויעטנאם קריג. אין זיין צוואנציגסטער פלי מיסיע איבער וויעטנאם אין 1967, איז זיין פליגער אראפגעשאסן געווארן, און האט זיך קוים געראטעוועט זיין לעבן. ער איז דאן געפאנגען געווארן דורך די קאמוניסטישע מיליטער, און האט געליטן שווערע פייניגונגען אין געפענגעניש פאר איבער פינף יאהר. כאטש וואס די וויעטנאמעזער האבן אים אנגעבאטן אז ער קען אהיימגיין אין 1968, האט אבער אנטזאגט ווייל דאס וואלט געמיינט אז ער וועט דארט איבערלאזן אנדערע געפאַנגענע. ער איז ענדליך ארויסגעלאזט געווארן אין 1973, נאך א אינטערנאַציאָנאַלע אפמאך מיט אמעריקע. ער איז פארבליבן מיט שטענדיגע באַגרענעצן אין זיינע קערפער, פון די וואונדען וואס ער האט געליטן ביים אראפגעשאסן ווערן.

אין 1982 איז מעקעין ערוויילט געווארן אלס קאנגרעסמאן פון אריזאנע, ווי ער האט געדינט צוויי טערמינען. ער איז אריין אין די סענאט אין 1987, און האט גרינג געוואונען ווידערוויילונג פינף מאל, דאס לעצטע אין 2016. ער איז געווען באוואוסט אלס א "מאַוועריק", א זעלבסטשטענדיגער וואס האט נישט אייביג געשטימט מיט די רעפובליקאנער פארטיי ליניע, כאטש וואס ער איז געשטאנען פאר קאָנסערוואַטיווע פּרינציפּן.

אין די 1980'ס איז ער אויסגעפארשט געווארן איבער א פאליטישע סקאנדאל, און - כאטש וואס ער איז פרייגעשפראכן געווארן - האט ער דאס גענומען צום הארצן, און אין 2002 האט ער ענדליך אדורכגעפירט די קאמפיין-פינאנץ רעפארם געזעץ.

ער האט פרובירט צו לויפן פאר פרעזידענט אין 2000, אבער האט אויפגעגעבן צו דזשארדזש דאבעליו בוש. אין 2008 האט ער געוואונען די נאמימאציע פון די רעפובליקאנער פארטיי, אבער האט פארלירן צו באראק אבאמא אין די אלגעמיינע וואלן.

ער איז געשטארבן פיר טעג פאר זיין 82'סטע געבורטסטאג. זעה אויסדרוקן און וואונטשן פון איבער די פאליטישע ספּעקטרום.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

אויסדרוקן און וואונטשן

מעגהען מעקעין

זיין טאכטער מעגהען האט געזאגט אין א סטעיטמענט, אז "איך בין געווען מיט אים ביי זיין ענדע, און ער איז געווען ביי מיין אנהויב".
סטעיטמענט פון מעגהען מעקעין
סטעיטמענט פון מעגהען מעקעין

פרעזידענט ביל קלינטאן און סעקרעטערי אוו סטעיט הילערי קלינטאן

פרעזידענט און מרס. קלינטאן האבן ארויסגעגעבן א געמיינזאמע סטעיטמענט:
פרעזידענט און מרס. קלינטאן'ס סטעיטמענט
פרעזידענט און מרס. קלינטאן'ס סטעיטמענט

פרעזידענט באראק אבאמא

פרעזידענט אבאמא האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט:
פרעזידענט אבאמא'ס סטעיטמענט

ווייס פרעזידענט דזשאו ביידען

ביידען האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט:
דזשאו ביידען'ס סטעיטמענט
דזשאו ביידען'ס סטעיטמענט

פרעזידענט דאנעלד טראמפ

פרעזידענט טראמפ איז געווען פון זיינע גרעסטע שונאים, אלזא וועלן מיר ערשט אראפברענגן א ווידיא וואס גיט א באגריף וואס ער האט געזאגט איבער אים:

טראמפ: ער איז נישט קיין קריג'ס העלד... ער איז פארכאפט געווארן, איך האב ליעב ווער ס'איז נישט פארכאפט געווארן

טראמפ האט ארויסגעגעבן א טוויט:
טראמפ'ס טוויט
טראמפ'ס טוויט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל