ניו יארק סיטי – אין די לעצטע פאר טעג האבן צייטונגען אין ניו יארק סיטי, אינאיינעם מיט רעגירונג באאמטע און אקטיוויסטן, געווארנט דעם פובליק אז מ'זאל דערווארטן "א זומער פון גיהנום" ווען די לאנג-דערווארטעטע פארריכטונג ארבעט וועט זיך אנהייבן אויפ'ן "פען סטעישאן", אבער פון באריכטן וואס מ'האט געזען נעכטן נאכמיטאג, ביי דער ענדע פונעם ערשטן טאג וואס די פארריכטונג ארבעט האט זיך אפיציעל אנגעהויבן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די סיטואציע איז נישט געווען אזוי געפערליך – אמווייניגסטנס נישט ערגער ווי די געווענליכע כאאס, אומארדענונג און פארשפעטיגונגען צו וואס מ'איז צוגעוואוינט אין דער סטאנציע... פען סטעישאן גייט אצינד אריבער פארריכטונגען אויף אירע פארעלטערטע שינעס, נאכדעם וואס אין לויף פון די פארלאפענע ווינטער און פרילינג סעזאן האבן פאסירט עטליכע אינצידענטן וואו באנען זענען אראפגעפארן פון די שינעס אין דער סטאנציע, ברענגענדיג פילע פארוואונדעטע ביי יעדן איינציגן אינצידענט.

בילד: פּען סטעישאן סיטואציע: נישט ערגער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל