מישיגען – "האנדא" אויטא פירמע האט נעכטן געזאגט אז זי האט באשטעטיגט אן עלפטער טויטפאל אין אמעריקע פון די פעלערהאפטיגע עירבעגס וואס די יאפאנעזער עירבעג פירמע טאקאטא האט פאבריצירט, וואס באדייט אז אין סך הכל זענען שוין דא 17 באשטעטיגטע טויטפעלער פון די פעלערהאפטיגע עירבעגס. די נייעס קומט צוויי וואכן נאכדעם וואס טאקאטא האט דערקלערט אז זי גייט באנקראט, אלס רעזולטאט פון אירע פעלערהאפטיגע עירבעגס, וואס האבן איר איבערגעלאזט מיט מיליאנען און ביליאנען דאלארן שאדנס. מער ווי הונדערט מיליאן פון די פעלערהאפטיגע עירבעגס זענען שוין צוריקגערופן געווארן פון איבער דער וועלט, וואס דער ריקאול און די ערזאץ קאסטן האט אפגעקאסט שווערע מיליאנען דאלארן פאר טאקאטא. דאן זענען געקומען די געריכטליכע אנקלאגעס, און אין פעברואר איז טאקאטא איינגעגאנגען צו באצאלן 1 ביליאן דאלער אין געלט שטראפן, וואס דערפון וועט 850 מיליאן דאלער גיין פאר די אויטא פירמעס וועלכע זענען אפעקטירט געווארן, 25 מיליאן דאלער פאר דער אמעריקאנער רעגירונג אלס שטראף געלט, און די איבריגע פאר די געליטענע און אפעקטירטע פון די פעלערהאפטיגע עירבעגס.
די קאמפאני האט זיך דעקלערט באנקראט עטליכע וואכן צוריק.
די קאמפאני האט זיך דעקלערט באנקראט עטליכע וואכן צוריק.
הוסף רשומת תגובה