בילד: שיקאגא פאליציי

אילינאי – 3 פארשוינען, איינער אן אמטירנדער פאליציי אפיציר אין שיקאגא און די צוויי אנדערע רעטייערטע פאליציי אפיצירן, האבן זיך נעכטן דערקלערט אומשולדיג אויף קלאגעס אז זיי האבן ארקעסטרירט ליגנטס און פאלשע געשיכטעס זיך צו באשיצן פון הארבע באשולדיגונגען. די קלאגעס קעגן דזשאסעף וועלש, דעיוויד מארטש און טאמעס גאפנעי שטאמט פון דער שיסעריי וואס דער ווייסער אפיציר, דזשעיסאן וואן דייעק, האט דורכגעפירט אין יאר 14' אויפן שווארצן יוגענטליכן לאקווין מעקדאנעלד – וואס די שיסעריי האט געברענגט נאציאנאלע אויפברויז. די 3 ווערן באשולדיגט אין פאלש דערציילן פאר די אויספארשער אז מעקדאנעלד האט געפאכעט מיט א מעסער אויף וואן דייעק, ווען אין רעאליטעט האט א ווידעא, פובליצירט א יאר נאך דער שיסעריי, קלאר געצייגט ווי מעקדאנעלד האט בלויז געהאט א קליינע מעסער אין דער האנט און האט בכלל נישט געפאכעט דערמיט אויפ'ן אפיציר, נאר האט געהאלטן אינמיטן אוועקשפאצירן פון די אפיצירן ווען וואן דייעק האט אים געשאסן 16 מאל און אומגעברענגט.

בילד: שיקאגא פאליציאנטן אין געריכט איבער "קאווער-אפּ"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל