אלאמאו – בערך 5 מאנאטן צוריק האט מען זיך אין צפון קאליפארניע געזארגט איבער מאסיווע וואסער פארפלייצונגען ווען א דאמבע האט געמאכט פראבלעמען בשעת ערנסטע רעגן שטורעמס, און יעצט ציטערט מען אין צפון קאליפארניע פון א העלישן פייער וועלכע פארשפרייט זיך אבנארמאל שנעל. דאס אזוי-גערופענע "אלאמאו פייער" האט שוין דערווייל פארברענט 25 טויזנט אקער-לאנד אינעם ראיאן צווישן די סאן לואיס און סאנטא בארבארא קאונטיס, און האט שוין פארברענט איין סטרוקטור און נאך 150 זענען אין געפאר. הונדערטער זענען שוין שבת עוואקואירט געווארן פון די ארומיגע קעניאן בערג, און נאך אפאר טויזנט איינוואוינער זענען נעכטן עוואקואירט געווארן. קאליפארניער סטעיט אויטאריטעטן הייבן ארויס, אז די שרעקליכע היצן אין די סטעיט העלפן ארויס דאס פייער זיך צו פארשפרייטן, און די היצן האבן אויך געברענגט א פייער ביי אן עלעקטעריק פאוער סטאנציע אין לאס אנדזשעלעס וואס האט איבערגעלאזט 140 טויזנט איינוואוינער אן קיין לעקטער. נעכטן נאכט האבן די היצן עטוואס נאכגעלאזט און מ'הערט אז ארום 15 פראצענט פונעם פייער איז שוין אונטער קאנטראל.

בילד: ערנסטע וואלדפייער אין צפון קאליפארניע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל