וואשינגטאן – ס'האט בכלל נישט לאנג געדויערט... שיער האט מען שוין פארגעסן פון דזשעימס קאומי, דער געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר וועמען טראמפ האט ארויסגעווארפן, און אט איז ער נעכטן צוריק געווען אין די העדליינס, ווען "די הילל" האט באריכטעט אז "מער ווי האלב פון קאומי'ס פריוואטע מעמאס, וואס ער האט זיך פארשריבן איבער זיצונגען און געשפרעכן וואס ער האט געהאט מיט פרעזידענט טראמפ, אנטהאלט קלאסיפייד רעגירונג אינפארמאציע". פרעזידענט טראמפ האט באלד זיך ארויפגעכאפט אויפ'ן באריכט און ארויסגעשיקט א מעסעדזש אין וועלכע ער שרייבט אז קאומי איז באגאנגען ערנסטע קרימינאליטעטן דערמיט וואס ער האט ארויסגעליעקט טיילן פון זיינע פריוואטע מעמאס צו דער מידיא – ווי קאומי האט אליינס דערציילט ביי זיין סענאט פארהער עטליכע וואכן צוריק. דער "וואשינגטאן פאוסט" האט שפעטער פובליצירט א לענגערן אנאליז אין וועלכע זיי ברענגען ארויס אז דאס אז די מעמאס האבן געהאט האקעלע אינפארמאציע איז בכלל נישט קיין נייעס. דער פאוסט ברענגט קאמענטארן וואס קאומי האט געזאגט אונטער שבועה אינעם סענאט, אין וועלכע ער האט געזאגט אז עטליכע פון די מעמאס וואס ער האט געשריבן, האבן טאקע געהאט האקעלע אינפארמאציע, אבער דאס איינע וואס ער האט געלאזט ארויסרינען צו דער מידיא, האט נישט געהאט קיין שום קלאסיפייד אינפארמאציע.

בילד: דזשעימס קאומי צוריק אין די העדליינס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל