וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט אז פרעזידענט טראמפ'ס עלטסטער זוהן, דאנעלד דזשוניער, האט אויפגענומען דעם לאיער אלען פוטערפאס, וועלכער וועט אים רעפרעזענטירן אין די אנגייענדיגע טראמפ-רוסלאנד אויספארשונגען. דזשוניער'ס אויפנעמען א לאיער קומט נאכדעם וואס ס'איז, ווי נעכטן באריכטעט, אויפגעדעקט געווארן דורכ'ן "ניו יארק טיימס" אז פאראיאר יוני האט ער אינאיינעם מיט טראמפ קאמפיין טשעירמאן, פאול מענעפארט, און טראמפ'ס איידעם, דזשעראד קושנער, זיך אראפגעזעצט מיט א קרעמלין-פארבינדעטן פיגור נאכ'ן הערן אז יענער האט עפעס אינפארמאציע צו שעדיגן פרוי קלינטאן. דזשוניער האט שוין פובליצירט עטליכע סטעיטמענטס אין ליכט פון דער "טיימס" אויפדעקונג, אנגעהויבן פון א סטעיטמענט אז די זיצונג איז בלויז געווען איבער רוסישע אדאפטירונגען פון קינדער, און געענדיגט ביי א סטעיטמענט וואו ער האט מודה געווען אז די זיצונג איז געווען איבער שעדיגן פרוי קלינטאן, צולייגנדיג אז ער זעט נישט וואס ס'איז עפעס שלעכט אדער אומלעגאל דערמיט. אויסער'ן אויפנעמען א לאיער, האט דזשוניער נעכטן געזאגט אז ער וועט קאאפערירן מיט דער סענאט שפיאנאזש קאמיטע, אין פאל זיי וועלן אים רופן פאר א פארהער.

בילד: דאנעלד טראמפ דזשוניער נעמט לאיער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל