בילד: קריעשאן פודס

קאנאדע – די קאנאדישע רעגירונג האט נעכטן געמאלדן אז זי האט ארויפגעלייגט א שטראף פון 25 טויזנט דאלאר אויף אן עסנווארג דיסטריביוטער, וועלכער האט פרובירט צו פארנארן אידישע קעמפס אין לאנד און שיקן פארשידענע סארט קעז מיט כלומר'שטע סטיקערס אז ס'איז כשר צום עסן, ווען אין רעאליטעט איז דאס געווען אלגעמיינע קעז. ליידער וואלטן טויזנטער קינדער געקענט נכשל ווערן מיט עסן די נישט-כשר'ע קעז, נאר ס'האט ב"ה נישט פאסירט, צוליב דער אויפמערקזאמקייט פון דער קעמפ פירערשאפט. די שטראף געלטער זענען קעגן די אנטעריא-באזירטע "קריעשאן פודס" פירמע און די רעגירונג זאגט אז זי האט באקומען די אינפארמאציע איבער די פעלשערייען פון דעם "כשרות קאונסיל אוו קאנאדע", וועמענס הכשר איז אומבארעכטיגט גענוצט געווארן דורך דער פירמע אויף אירע נישט-כשר'ע פראדוקטן. דער "כשרות קאונסיל" זאגט אז זי האט געהאט געגעבן א הכשר אויף טייל פון די פראדוקטן וואס די פירמע האט פראדוצירט, אבער למעשה האבן זיי אראפגענומען זייער הכשר פון דער פירמע אין יאר 12'. די קעמפס, וואו די נישט-כשר'ע קעז פעקלעך זענען געליפערט געווארן, זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס "קעמפ מושבה" נעבן דעם שטעטל פיטערבארא, און "קעמפ נארטלענד בני-ברית" אין האליבורטאן. זיי האבן געזאגט אז למעשה האט מען נישט פארטיילט די נישט-כשר'ע קעז פאר די קינדער.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל