ברוקלין – א גרויסער נס האט נעכטן פאסירט אין בארא פארק, ווען א שווערער אייזערנער סעיף פון אן ארון הקודש איז ארויפגעפאלן אויף א יונגערמאן און יענער איז ארויס אן קיין שום וואונדן. דער אינצידענט האט פאסירט אינעם ביהמ"ד מחזיקי הדת אויף דער 39'סטער גאס ביי פערצנטער עוועניו, וואו דאס ביהמ"ד האלט אינמיטן אויסגעליידיגט ווערן צוליב וואס מ'גייט אונטערנעמען אן ערנסטע קאנסטרוקציע פראיעקט מיט'ן ציל צו בויען א מקוה, און אנפירנדיג מיט דער ארבעט פון אויסליידיגן דאס ביהמ"ד, אינמיטן רוקן דעם "סעיף" פונעם ארון הקודש מיט א ספר תורה דערין, האט זיך דער סעיף איבערגעדרייט און ארויפגעפאלן אויף איינעם פון די גבאים, האברך ר' שלום דוב בינעטה הי"ו. וואונדערליך האט זיך די טיר פונעם סעיף געעפנט פונקט ביים ארויפפאלן אויף אים, און ער האט זיך געראטעוועט דאס לעבן דורכ'ן אריינקריכן אינעווייניג, אנשטאט וואס די שווערע וואג פונעם סעיף זאל פאלן אויף אים. די ניו יארק סיטי פייער דעפארטמענט איז אלארמירט געווארן, און זיי האבן מיט העלצער און אנדערע מעטאדן אונטערגעהויבן דעם סעיף, און ר' שלום דוב איז ארויסגעקראכן אן קיין מינדענסטן קראץ, לויבנדיג און דאנקענדיג השי"ת אויפ'ן גרויסן נס, וואס לויט ווי די פייער באאמטע אויף דער סצענע האבן געזאגט, וואלט זיך אזוינס געקענט ח"ו ענדיגן פאטאל.

בילד: נס מיט ארון הקודש "סעיף" אין בארא פארק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל