באגדאד – דער איראקער פרעמיער מיניסטער, היידאר על אבאדי, האט נעכטן נאכמיטאג באזוכט אין דער שטאט מאסול, וועלכע די איראקער ארמיי האט דערקלערט ליידיג פון אייסיס קעמפער מיט עטליכע טעג צוריק. אבאדי'ס באזוך און רעדע איז געקומען געציילטע שטונדן נאכדעם וואס מ'האט נאך געהערט מאסיווע באמבארדירונגען ביי די עקן פון דער שטאט, נעבן דער טיגריס טייך, וואו די לעצטע פארבליבענע געציילטע אייסיס קעמפער האבן זיך געהאט באריקאדירט, און זיי זענען אלע אומגעקומען אדער אנטלאפן פון די באמבארדירונגען. אבאדי האט באזוכט אין דעם קאמאנד צענטער פון די איראקער מיליטערישע אפעראציעס אין מאסול, און דערנאך ארויסגעקומען אויף דער גאס צו באגריסן פארזאמלטע זעלנער, פאכענדיג אן איראקער פאן מיט גרויס שטאלץ, און אויך זיך געטראפן מיט לאקאלע מאסולער איינוואוינער און געהערט געשיכטעס וויאזוי דאס לעבן איז געווען ביטער און ברוטאל אונטער אייסיס' הערשאפט. די איראקער רעגירונג האט אצינד דערקלערט א וואך-לאנגע חאגע אין ליכט פונעם סימבאלישן און סטראטעגישן זיג, וואס יעצט פארמאגט נישט אייסיס קאנטראל אויף קיין שום גאנצע שטאט אדער שטעטל אין איראק.

בילד: איראקער פרעמיער באזוכט באפרייעטע מאסול

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל