ענגלאנד – דאס 11 מאנאטיג קינד טשארלי גארד, וועמענ'ס נאמען ס'איז באקאנט געווארן אין די לעצטע צוויי וואכן איבער דער גארער וועלט, האט באקומען א פרישן שאנס צו ווערן מעגליך ערלויבט צו קריגן באהאנדלונג אין די פאראייניגטע שטאטן, נאכדעם וואס א ריכטער אינעם בריטישן סופרים קאורט האט געזאגט אז ער וועט איבערקוקן די פאקטן פונעם קעיס. ווי באריכטעט פאריגע וואך, איז טשארלי גארד א קינד וואס ליידט פון א גאר זעלטענע גענעטישע קרענק אויף וועלכן ס'איז דערווייל נישטא קיין באהאנדלונג, און דעריבער האט דער שפיטאל פארארדענט אראפצונעמען דאס קינד פון "לייף סופארט" און אים לאזן שטארבן. די עלטערן ווילן עס נישט, נאכ'ן הערן פון אן אמעריקאנער דאקטער איבער אן עקספערימענטאלער באהאנדלונג, אבער דער שפיטאל וויל נישט באפרייען דאס קינד, און דערווייל האבן עטליכע געריכטן אין ענגלאנד געגעבן גערעכט פאר'ן שפיטאל. ריכטער ניקאלעס פרענציס האט נעכטן געזאגט אז ער וועט איבערקוקן דעם קעיס און ער וויל הערן פון טשארלי'ס עלטערן סיבות פארוואס דאס קינד וועט בענעפיטירן פון די עקספערימענטן אין אמעריקע, אבער ריכטער פרענציס האט קלארגעשטעלט אז ער וועט נישט ווערן באאיינפלוסט פון דער נעגאטיווער מידיא דעקונג וואס דער שפיטאל האט באקומען איבער דער וועלט, און נישט פון קיין "מעסעדזשעס אויף טוויטער", באציענדיג זיך אויף א שטיצע-מעסעדזש וואס פרעזידענט טראמפ האט געשיקט צו טשארלי'ס עלטערן.

בילד: טשארלי גארד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל