קיעוו – די רעגירונג אין אוקראַינע האט נעכטן געמאלדן, אז זי האט באנייעט איר קאמפיין אז דאס לאנד זאל ווערן אקצעפטירט אלס א מיטגליד אין דער אינטערנאציאנאלער "נאטא" מיליטערישער אליאנץ. אלע נאטא לענדער האבן שוין אין 08' ביי א סאמיט צוגעשטימט אז אוקראַינע וועט נאך איין טאג זיין א מיטגליד אינעם אליאנץ, אבער דאן איז דער פרא-רוסישער וויקטאר יאנוקאוויטש געווען אוקראַינע'ס פירער און ער האט בכלל נישט געהאט קיין אינטערעסע אנצושליסן אוקראַינע אין נאטא, וויבאלד נאטא'ס אויסברייטערונג איז קעגן רוסלאנד'ס אינטערעסן. אצינד אבער צייגן אנקעטעס אז נאענט צו זיבעציג פראצענט אוקראַינישע בירגער שטיצן אז דאס לאנד זאל זיך אנשליסן אין נאטא, און פרעזידענט פעטרא פאראשענקא האט אין א זיצונג מיט'ן נאטא סעקרעטאר, גענעראל יענס סטאלטענבערג, געזאגט אז אוקראַינע וועט אונטערנעמען די נויטיגע שריט, וואס נעמט אריין אויסראטן רעגירונג קארופציע, אויפבילדן דאס מיליטער און רעגירונג אינסטאנצן, צו קענען אקצעפטירט ווערן אין נאטא. פאראשענקא זאגט אז ער גלייבט אז זיין רעגירונג קען האבן פארטיג אלע רעפארמען אויף ביז ענדע יאר 020'.

בילד: אוקראַינע זוכט נאכאמאל נאטא מיטגלידערשאפט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל