וואשינגטאן – קאנגרעס און סענאט האבן זיך נעכטן צוריקגעקערט קיין וואשינגטאן פון זייער יולי-4 חאגע וואקאציע, און עטליכע גאר ערנסטע געזעצן און אפשטימונגען ליגן אויף דער אגענדע, הויפטזעכטליך די רעפובליקאנער פרואוון צו באשטעטיגן א ביל אינעם סענאט וואס וועט אפשאפן רוב טיילן פון אבאמאקעיר און אריינשטעלן אויף איר ארט א רעפובליקאנער סיסטעם. דערווייל זעט נישט אויס אז אינעם סענאט זענען דא צופיל שאנסן ס'זאל דורכגיין, און ווי דאס ווייסע הויז האט נעכטן געסטראשעט, וועט פרעזידענט טראמפ מעגליך אפרופן די געפלאנטע לאנגע אוגוסט זומער וואקאציע פון קאנגרעס, און מ'וועט זיי נישט לאזן גיין וואקאציע ביז אן אבאמאקעיר-אנולירונג ביל וועט זיין באשטעטיגט.

צווישן די אנדערע זאכן אויפן סקעדזשועל פון קאנגרעס, איז דאס וואס עס דארפן באשטעטיגט ווערן צוועלף באזונדערע בודזשעט בילס, צו דעקן די געלטער פאר אלע פעדעראלע אגענטורן. די רעפובליקאנער זענען צעריסן צווישן זיך איבער וויפיל שניטן מ'זאל מאכן פון אזעלכע וויכטיגע פראגראמען ווי פוד-סטעמפס און ענליכס, און אויב וועט קאנגרעס נישט באשטעטיגן קיין בודזשעט אין די קומענדיגע געציילטע וואכן, וועט דאס באדייטן פרישע כאאס פאר דער פעדעראלער רעגירונג און מעגליך זיך פארשלעפן ביז ענדע יאר ווען די יעצטיגע עמורדזשענסי געלטער וועלן אויסלויפן און ס'וועט זיין א פרישער געפאר פון א שאטדאון.

בילד: קאנגרעס צוריק אין וואשינגטאן מיט ערנסטע טעמעס אויף דער אגענדע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל