וואשינגטאן – א גרופע אמעריקאנער סענאטארן זענען נעכטן ארויסגעקומען מיט א באשולדיגונג קעגן דער "טאקאטא" עירבעג פירמע, אז זיי פארשלעפן מיט זייער פליכט צו פאררעכטן אדער ערזעצן די צענדליגער מיליאנען פעלערהאפטיגע עירבעגס וועלכע זענען געפונען געווארן אין אויטאס איבער'ן לאנד. אלעס אינאיינעם האט טאקאטא געמוזט פאררופן א ריקאל אויף 46.2 מיליאן עירבעגס אין אויטאס איבער אמעריקע, צוליב וואס ס'איז אויפגעדעקט געווארן אז די עירבעגס קענען עקספלאדירן סתם אזוי און שווער שעדיגן מענטשן. למעשה זאגט סענאטאר ביל נעלסאן אז מער ווי 65 פראצענט פון די 46.2 מיליאן פעלערהאפטיגע עירבעגס זענען נאכנישט ערזעצט געווארן, און אויך זאגט סענאטאר נעלסאן אז נאר 9 מיליאן אמעריקאנער האבן באקומען טעלעפאן רופן זיי איינצומעלדן איבער'ן ריקאל, אבער טאקאטא האט געזאגט אויפן טעלעפאן אז זיי האבן נישט דערווייל קיין נייע עירבעגס צו ערזעצן די פעלערהאפטיגע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל