ווירדזשיניע – א 27 יעריגער ווירדזשיניע איינוואוינער וועט אויסשטיין א שווערן פראצעס, וועלכע איז דערווארט זיך אנצוהייבן אין די נאענטע טעג, איבער דעם וואס ער האט זיך געהאט אנגעשלאסן אין אייסיס. דער פארשוין מוכאמעד קוואאיז (Mohamad Khweis) איז אנטלאפן פון ווירדזשיניע און עווענטועל אנגעקומען קיין סיריע אום דעצעמבער יאר 15', וואו ער האט זיך אנגעשלאסן אין א טרענירונג פראגראם דורך אייסיס. ווי ער האט שפעטער דערציילט, האט ער גלייך איינגעזען אז ער האט געמאכט אן ערנסטן טעות און האט אנגעהויבן פארשידענע פרואוון צו אנטלויפן. עווענטועל איז ער אנטלאפן צו די גרעניצן פון איראק, וואו פרא-אמעריקאנער קורדישע קעמפער האבן פאטראלירט דעם גרעניץ ראיאן און האבן גענומען קוואאיז אונטער ארעסט. קוואאיז איז אויסגעליפערט געווארן קיין אמעריקע, וואו עס דערווארט אים א שווערער פראצעס – די ערשטע אזא סארט פראצעס אין אמעריקע, פון אן אמעריקאנער געבוירענער וועלכע האט שוין פאקטיש געקעמפט פאר אייסיס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל