טרענטאן – קומענדיגע וואך דינסטאג איז א וויכטיגער פריימערי טאג אין ניו דזשערסי, וואו עס וועלן לויפן פילע פאליטישאנס וועלכע ווילן ווערן דער קומענדיגער גאווערנאר אין דער סטעיט. קריס קריסטי, דער אמטירנדער גאווערנאר, קען נישט לויפן פאר ווידערוויילונג, וויבאלד ניו דזשערסי געזעצן ערלויבן נישט א גאווערנאר צו דינען מער ווי צוויי טערמינען אין א צי (וואס באדייט אז ער וועט אפאר יאר ארום יא נאכאמאל קענען לויפן). עס לויפן זעקס קאנדידאטן אויף דער דעמאקראטישער זייט און פינף קאנדידאטן אויף דער רעפובליקאנער זייט. דער פראנט ראנער פון די דעמאקראטן איז פיל מורפי, א געוועזענער אמבאסאדאר צו דייטשלאנד אונטער אבאמא און געוועזענער "גאלדמאן סאקס" באנק עקעזקוטיוו. ער האט נאך קיינמאל נישט געהאלטן אן ערוויילטע פאליטישע פאזיציע, און זיינע קעגנער האמערן קעגן אים אז ער וועט בלויז טאן זאכן פאר די אינטערעסן פון ביליאנערן. ביי די רעפובליקאנער איז דער פראנט ראנער קים גודאנגא, געוועזענע לוטענאנט גובערנאטארשע אונטער קריסטי, וואס זי האט פארשפראכן נישט צו הייבן שטייערן. אירע קעגנער זאגן אז זי וועט בלויז זיין א פארזעצונג פון קריסטי'ס קארופציע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל