מאנהעטן – דער פארשוין אסקאר לאפעז ריווערא, דער פארטא-ריקאנער טעראריסט וועלכער איז לעצטנס באפרייט געווארן פון טורמע, וועט למעשה נישט באעהרט ווערן ביים ספעציעלן יערליכן פארטא ריקא פאראדע וועלכע וועט פארקומען אין ניו יארק סיטי אום יוני 11. דער אריגינעלער פלאן צו באעהרן ריווערא האט געברענגט, אז פילע גרויסע פירמעס האבן געמאלדן אז זיי וועלן מער נישט ספאנסערן די גרויסע פאראדע, און פילע שטאטישע פיגורן האבן געזאגט אז זיי וועלן נישט אנטיילנעמען ביי די פאראדע, צוליב ריווערא'ס טונקעלע פארגאנגענהייט און זיין ראלע אין מער ווי 100 באמבארדירונגען איבער'ן לאנד. מעיאר דעבלאזיא האט אבער געהאט שטענדיג געזאגט אז ער וועט יא אנטיילנעמען ביי דער פאראדע, און נעכטן האט דעבלאזיא געמאלדן אז ריווערא זעלבסט האט מסכים געווען זיך ארויסצוציען פון דער פאראדע, דעריבער דערווארט מען אז אלע פאליטישע פירער וועלן יא אנטיילנעמען ביי דער פאראדע ווי געווענליך.

הוסף רשומת תגובה