וואשינגטאן. – פארשער האבן אנגעוויזן אז עלטערע מענטשן וואס שפאצירן יעדן טאג, העלפט דאס זיי קעגן ליידן פון "דימענשיע". "דימענשיע" איז א שם הכולל, וואס מיינט מוח שוואכקייטן אין די עלטערע יארן. אלצהיימערס איז א הויפט פארמאט פון "דימענשיע", אבער עס איז דא אן אנדערער סארט "דימענשיע", וואס איז לייכטער, אבער נאך אלץ אן ערנסטער פראבלעם פאר עלטערע לייט, עס רופט זיך "וועסקולער דימענשיע", ד.מ. אז די מוח אדערן ווערן אומפעאיג צו פיטערן בלוט ווי געהעריג, צוליב הויך בלוט צוקער, און דאס פירט אז דער מוח פונקציאנירט נישט ווי געהעריג. דער מוח איז א הויך-שטאפלדיגער מעטאבאליק ארגאן, וואס מיינט אז עס מוז כסדר אנקומען צו פרישע בלוט צוקער ענערגיע און טוט דאס פארדייען. אויב דער נעץ פון אדערן וואס פיטערט דעם מוח איז נישט פעאיג, ברענגט דאס מוח שוואכקייטן. די פארשער האבן דערפאר עקזאמינירט מענטשן וואס זענען דיאגנאזירט געווארן אז זיי ליידן פון "וועסקולער קאגניטיוו אימפעירמענט" (דער אפיציעלער נאמען פון מענטשן וואס ליידן פון מוח שוואכקייטן צוליב פראבלעמען מיט די אדערלעך וואס פירן בלוט אין מוח). עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז די וועלכע האבן שפאצירט טעגליך האט דאס פיל געהאלפן זייער מוח געזונט צושטאנד און זייער אלגעמיינעם געזונט צושטאנד, און עס האט ספעציעל גענידערט זייער הויך בלוט דרוק.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל