ניו יארק – די נאציאנאלע טראנספארטאציע זיכערהייט באורד האט נעכטן פובליצירט די טראנסקריפטן פון די געשפרעכן צווישן די פילאטן ביי אן אינצידענט מיט א פליגער וואס האט געפירט וויצע פרעזידענט מייק פענס, און ס'איז אינטערעסאנט צו הערן ווי דערשראקן די פילאטן זענען געווען. דער אינצידענט האט פאסירט פאראיאר אקטאבער, ווען פענס איז נאך בלויז געווען טראמפ'ס וויצע פרעזידענט קאנדידאט, און ער האט זיך צוריקגעקערט מיט'ן טראמפ קאמפיין פליגער פון א קאמפיין אויפטריט אין אייאווע און געלאנדעט אין ניו יארק סיטי אינעם לאגווארדיע לופטפעלד, ווען דער פליגער האט זיך גענומען גליטשן אויפן ראנוועי, און די פילאטן האבן בלויז באוויזן אפצושטעלן דעם פליגער א דאנק ספעציעלע קריצעדיגע שטומפיגע צעמענט שטיקער, אינסטאלירט ספעציעל פאר אזעלכע פעלער אויפ'ן ראנוועי. "מיין קאריערע האט זיך נארוואס געענדיגט", הערט מען ווי איין פילאט רופט זיך אן אין די סעקונדעס נאכדעם וואס דער פליגער האט זיך געענדיגט גליטשן, און דער צווייטער פילאט רעאגירט א דערשראקענער "מיינס אויך". שפעטער הערט מען ווי א סיקרעט סערוויס אגענט רעדט צו די פילאטן און טשעפעט זיי "גוטן דזשאב! אמווייניגסטנס האט איר כאטש אפגעשטעלט דעם פליגער".



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל