פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין האָט נעכטן אויפגעטרעטן ביי אַ עקאָנאָמישע פאָרום אין סט. פּעטערסבורג, ווי ער האָט זיך באַצויגן צווישן אַנדערע צו די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און רוסלאַנד, און אַזוי אויך צו די לעצטע נייעס אַז אַמעריקע וועט זיך אַרויסציען פון די פּאַרזיער פאַרשטענדענישן איבער קלימאט טויש. ער האָט טיילווייז פאַרטיידיגט טראָמפּ זאָגנדיג אַז ״איך פאַרשטיי אים אַביסל״, און ער האָט אָבער פאַרשפראָכן אַז רוסלאַנד בלייבט פולשטענדיג פאַרפליכטעט צו די אָפּמאַכן, און אַז ער האָפט אַז אַמעריקע וועט שליסן אַ אָפּמאַך וועלכע וועט איר לאָזן בלייבן אַ טייל פון די פאַרשטענדענישן.

ער האָט זיך אויך נאָכאַמאָל באַצויגן צו די אָנגייענדע קאָנטראָווערסיע אַרום די אינטערווענץ פון רוסלאַנד אין די לעצטע וואַלן. ער האָט ווידעראַמאָל אָפּגעוואָרפן אַלע באַשולדיגונגען, און האָט געזאָגט אַז די רוסישע רעגירונג איז אויף קיין שום וועג נישט געווען פאַרמישט אין באַאיינפלוסן די אויסגאַנג פון די וואַלן. ער האָט אָבער צוגעלייגט אַ שפּעקולאַציע אַז פּריוואַטע רוסישע בירגער זענען מעגליך געווען פאַרמישט, און אַזוי אויך אַז די אַמעריקאַנער שפּיאָנאַזש האָט מעגליך פאַבריצירט די באַווייזן וועלכע צייגן אַז רוסלאַנד איז געווען פאַרמישט. ער האָט דערביי צוגעלייגט אַז טראָמפּ האָט געפירט אַ בעסערע און מער אָרגאניזירטע קאָמפּיין ווי זיין אַפּאָנענט.

ווען עס איז געקומען צו די פראַגע פון די צוקונפט פון די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און רוסלאַנד, האָט פּרעזידענט פּוטין אויסגעדריקט אָפּטימיזם, און געזאָגט אַז ער האָפט אַז פּרעזידענט טראָמפּ זאָל קענען איבערקומען די דרוק וואָס ער שטייט אויס פון קאָנגרעס און סענאַט און טון ״וואָס איז ריכטיג״ און צוריקשטעלן די באַציאונגען צווישן די צוויי לענדער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל