די לעצטע באַריכט אויפ׳ן דשאַבס מאַרקעט צייגט אַז אין די לעצטע מאָנאַט איז צוגעקומען אַרום 138 פרישע דשאַבס, אַביסל נידריגער פון די געשאַצטע 185 טויזנט. אָבער אין די זעלבע צייט איז די אַלגעמיינע צאָל אַרבייטסלאזע אין אַמעריקע געפאַלן צום נידריגסטע שטאַפּל אין די לעצטע 16 יאָר. אויך האָט די באַריכט איבערגעמאַכט די ציפערן פון אַפריל וואָס איז געווען באַריכטעט אַז עס זענען צוגעקומען 211 טויזנט. און די נייע ציפער שטייט אויף 175 טויזנט, אָבער מיט דעם אַלעם שטייט די אַרבייטסלאָזיגקייט ראַטע ביי 4.3%. אין די זעלבע באַריכט זעהט מען אויך אַז די האַנדלס דעפעציט האָט זיך פאַרברייטערט צו 5.2% נאָכדעם וואָס אימפּאָרט איז געשטיגן און עקספּאָרט איז עטוואָס געפאַלן. דאָס איז נישט קיין גונסטיגע נייעס פאַרן פּרעזידענט וואָס זיין גאַנצע קאָמפּיין איז געווען אַרום שליסן דעם האַנדלס דעפעציט.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל