נאָכדעם וואָס צוויי פעדעראַלע געריכטן האָבן געלייגט אַן אָפּהאַלט אויף די רייזע פאַרבאָט וועלכע פּרעזידענט טראָמפּ האָט אונטערגעשריבן, וועלכע טוט פאַרבאָטן פאַר בירגער פון 7 מוסלעמענער לענדער צו אַריינקומען קיין אַמעריקע, האָט די אַדמיניסטראַציע געברענגט די לעגאַלע קאַמף צום העכסטן געריכט, און פאַרלאַנגט אֶז זי זאָל באַשטעטיגן דעם פּרעזידענט'ס מאַכט צו אַרויפלייגן אַזאַ פאַרבאָט. די פארבאט ווערט שוין אויפגעהאַלטן אין געריכטן פאַר עטליכע מאָנאַטן, און די אַדמינסטראַציע האָט פאַרלאַנגט פונעם סופּרים קאָורט צו געבן אַ שנעלע אורטייל און באַפולמעכטיגן דעם פּרעזידענט צו אויספירן דעם דעקרעט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל