פאָלגענד איז אַ מינוט ביי מינוט באַריכט וואָס עס האָט זיך אָפּגעשפילט זינט די אַטאַקעס האָבן זיך אָנגעהויבן

פרייטיג צונאַכטס 11:02 - "עס איז געווען מעכטיגע שיסעריי"


טאני מורפי, אַ געוועזענע סערוויסמאַן, האָט געהערט די אינצידענט פון זיין שטוב דערנעבן אויף אָפּער טעמז סטריט. "עס איז געווען מעכטיגע שיסעריי. אין ערשטער געדאַנק האָב איך געמיינט אַז עס איז געווען פייערקרעקערס, דאַן האָב איך דערקענט אַז עס איז געווען אַ מעכטיגע שיסעריי."

פרייטיג צונאַכטס 11:10 - "פּאָליציי האָט אַרויסגעשטורעמט פון בי.עם.דאבעליו. 4x4, אויפגעטריסטערט מיט מאַשין געווער"


וויליאַם העווען, די אָנפירער רעדאַקטאָר פון "די ספאַקטעטאָר", איז געווען אין אַ טעקסי אויף די לאָנדאָן בריק מינוטען נאָך וואָס די אינצידענט האָט זיך אָנגעהויבן.

"עס איז געווען צען מינוט נאָך צען. איך איז געווען אין אַ אָובער קאַר פירענדיג מיך איבער די לאָנדאָן בריק.

"איך האָב געזען ווי עמיצער ליגט אויף דער ערד מיט אַ קליינער עולם אַרום אים. עס האָט אויסגעקוקט ווי עמיצער איז צוזאַמגעפאלן.

"דערנאָך האָב איך געזעהן נאָך אַ מענטש, נישט אויף די ראָוד אָבער אויף דער ערד. און דאַן האָב איך מיך איבערצייגט אַז עפּעס איז געשען", האָט ער געזאָגט.

"פּאָליציי האָט אַרויסגעשטורעמט פון בי.עם.דאבעליו. 4x4, אויפגעטריסטערט מיט מאַשין געווער", האָט ער צוגעגעבן. "איך האָב געזעהן איין מענטש אַריינגיין אין אַן אַמבולאַנס, זיי זענען געווען קלאָר אין אַ שווערע מצב, זיי זענען געוואָרן  באַהאַנדלט דורך ערשטע הילף.

פרייטיג צונאַכטס 11:12 - באַריכט: באַנק סטאַנציע איז שוין פאַרמאַכט


עס איז באַריכטעט געוואָרן אַז די "באַנק" באַן סטאַנציע, אינגאַנצן אַפּאָר הונדערט יאַרד צפון אַריבער דעם טעמז טייך פון די לאָנדאָן בריק, איז אויך געוואָרן פאַרמאַכט.

פרייטיג צונאַכטס 11:13 - עדות זאָגן, אז זיי האָבן געזעהן מענטשן ווערן געשטאָכן


איין פרוי האָט געזאָגט: "מיר זענען געווען אין די לאָנדאָן בריק סטאַנציע. אַ מעלדונג איז אויפגעקומען און געזאָגט אַז די סטאַנציע פאַרמאַכט זיך צוליב אַ נויטפאַל, און אַז יעדער זאָל פאַרלאָזן די סטאַנציע דורך די נאָנטסטע אַרויסגאַנג.

"מיר האָבן פאַרלאָזט די סטאַנציע און אַריבער די גאַס. עס זענען געווען פולע בלוי לעמפעלעך אויף אַלע זייטן און אויף דער בריק". מיר זענען אַריבער צו טאָלי סטריט און דאַן געזעהן אַסאַך מענטשן לויפענדיג, וואָס האָט געשאַפן אַ פּאַניק'דיגע אַטמאָספער.

"מיר זענען צום סוף געגאַנגען צו די טייך מיט אַ עטליכע מענטשן. געוויסע זענען אַריבערגעטאַנצן דעם פּלויט".

"מיר זענען אַנגעקומען צו די טייך און אַראָפּגעגאנגען צו העיס גאַלעריע. עס זענען געווען העליקאָפּטערס און פּאָליציי שיפן אויף די טייך. מיר האָבן גענומען שוץ".

"עס איז געווען אַ פרוי ווינענדיג מיט איר מאַן. זיי האָבן דערציילט אַז אַ ווען איז איבערגעפאָרן מענטשן אויף די לאָנדאָן בריק און זיי האָבן אויך געשטאָכן און געשאָסן מענטשן. זיי זענען ביידע געווען זייער איבערגענומען".


פרייטיג צונאַכטס 11:14 - באַריכט: באָמבע באַזייטיגונג אַפּאַראַט אָנגעקומען צו די לאָנדאָן בריק בעת פאַרוואונדעטע באַקומען סי.פּי.אַר.


די באָמבע סקוואַד איז אָנגעקומען צו דער סצענע, בשעת עטליכע מענטשן אויסזעהענדיג צו ליידן פון מעסער וואונדן זענען געגעבן געוואָרן סי.פּי.אַר. דורך די אַמבולאַנס סטעף.

פרייטיג צונאַכטס 11:16 - ווען איז אַריינגעפאָרן אין די מאַסע!


האַלי דזשאָנס, אַ בי.בי.סי. רעפּאָרטער האָט געזעהן אַ ווען האָט ווילד אַריינגעשניטן אין אַ מאַסע מענטשן.

"א ווייסע ווען דרייווער איז געקומען צו פליען - פילייכט אומגעפער 50 מייל פּער שעה - שפּרינגענדיגע אַראָפּ פון וועג אַריין אין די זאַמלונג פון מענטשן וואס האָבן צוזאמען געגאַנגן די וועג," האָט זי דערציילט פאַר בי.בי.סי. ניוז.

"ער האָט געמאַכט אַ ווילדע רעכטס אַרום מיר און דעמאָלט אַראָפּגעקלאַפּט פינף אָדער זעקס מענטשן. ער האט אַראָפּגעקלאַפּט בערך צוויי מענטשן אין פאָרנט פון מיר און דאַן דריי אונטער מיר.

"איך וואָלט געזאָגט אַז עס זענען פאַרהאַן פיר ערענסטע פאַרוואונדעטע מענטשן. זיי אַלע האָבן פּאַראַמעדיקס העלפעדיג זיי אין דער מאָמענט."

(די אַרטיקל לויפט ווייטער נאָך די בילדער)


פרייטיג צונאַכטס 11:19 - פּאָליציי הייבט אָן מאַסיווע עוואַקואַציע פון אַלע בנינים אַרום די לאָנדאָנער בריק

באוואָפענטע פּאָליציי עוואַקואירט מענטשן ביז אַ מייל אַוועק פון די סצענע.



פרייטיג צונאַכטס 11:23 - צווייטע אינצידענט געמאָלדן אין די באָראָ מאַרקעט

פּאָליציי מעלדט אַז זיי באַהאַנדלן אַ צווייטע אינצידענט ביי די באָראָ מאַרקעט אַ האַלבע מייל אַוועק.


פרייטיג צונאַכטס 11:29 - מעכטיגע שיסעריי געמאָלדן, מיט אַזויפיהל ווי זעקס שאָסן נעבן "די שאַרד"

עס זענען איצט פאַרהטֶן באַריכטן פון "פינף אָדער זעקס שאָסן" אָדער אויפרייסן פון עפּעס אַן עדות אויף סאוטוואָרק סטריט, בערך 300 יאַרדס פון דער שאַרד.

"איך שפּיר אַז די סיטואַציע איז נאָכנישט פאַראיבער," האָט אַ רעפּאָרטער אויף סצענע געזאגט. "דאס איז אַ אינצידענט וואָס איז נאָך אָנגייענדיג".


פרייטיג צונאַכטס 11:31 - צווייטע אינצידענט ביי באָראָ מאַרקעט, זאָגן די פּאָליציי

די פּאָליציי באַהאַנדלט צוויי אינצידענטן, לאָנדאָן בריק און באָראָ מאַרקעט



פרייטיג צונאַכטס 11:50 - נאָך אַ אינצידענט אין וואָוקסהאָול




שבת פאַרטאָגס 12:04 - לפּחות צוויי גע'הרג'עט אין לאָנדאָן בריק געגנט

פּאָליציי קוואלן זאגן אַז לפּחות צוויי מענטשן זענען שוין גע'הרג'עט אין די לאָנדאָן בריק געגנט.

שבת פאַרטאָגס 12:14 - מענטשן אין רעסטראַנטן אָנגעזאָגט זיך צו אַראָפּבייגן אויף דער ערד


א מענטש וואס איז געווען אין אַ שענק גלייך נעבן די באָראָ מאַרקעט האָט געזאגט אַז די פּאָליציי האָט זיך אַריינגעיאָגט, און האָט אַלעמען געהייסן זיך צו אַראָפּבייגן אויף דער ערד.

ער האט געזאגט: "מיר זענען אויף דער ערד פאַר בערך 15 מינוט בשעת די פּאָליציי האָט פאַרזיכערט די שענק, דאַן האָבן מיר געמוזט זיך אַראָפּבייגן ווידער אַפּאָר מינוט שפּעטער.

"נאָך 40 מינוט האָבן זיי געהייסן אַלעמען אַרויסגיין. מיר זענען באפוילן געוואָרן צו לויפן, האבן מיר געהויבן פיס..."



שבת פאַרטאָגס 12:19 - טעריסאַ מעי וועט פירן אַ קאָבראַ מיטונג זונטיג צופרי

טעריסאַ מעי וועט פירן אַ קאָבראַ מיטונג וועגן די היינטיגע אינצידענטן די ערשטע זאַך זונטיג צופרי.

(אַ "קאָבראַ מיטונג" איז אַ מיטונג אין די ספּעציעלע קאַבינעט אָפיס בריעפינג רום. זעה מער אויף וויקיפידיע. די אַזוי-גערופענע "קאָבראַ מיטינגען" ווערן גערופן נאָך "קאַבינעט אָפיס בריעפינג רום", ווי קריזיס ריספּאַנס מיטינגען ווערן געהאלטן. עס נעמט געווענליך אַריין די פּריים מיניסטער און סיניאָר קאַבינעט מיניסטאָרן, ווי אויך אינטעלידזשענס און זיכערהייט באאמטע.)

עס ווערט פאַרשטאַנען אַז די פּריים מיניסטער איז געווען אין איר מעידענהעד דיסטריקט ווען זי איז געווען אַלעמירט איבער די נייעס.

שבת פאַרטאָגס 12:30 - אַמעריקאַנער פּרעזידענט דאַנעלד טראָמפּ'ס אַנטוואָרט

דאָנעלד טראָמפּ האָט נאָר אָנגעהויבן צו טוויטען וועגן די לאָנדאָנע אינצידענט, ווערט געמאָלדן אין די מידיא.

קודם האָט ער געטוויטעד אַ פאָדערונג אַז ער זאָל ערלויבט ווערן צו אַריינברענגען זיין "רייזע פאַרבאָט" - עפּעס וואָס האָט אַרויסגערופן וואונדער אין אַמעריקע.

ער האט געזאגט: "מיר דאַרפן זיין קלוג, העלדיש און האַרט. מיר ווילן די געריכטן זאָלן אונז צוריקגעבן רעכט. מיר דאַרפן די רייזע פאַרבאָט ווי אַן עקסטרע שטאַפּל פון זיכערקייט!"


ער האט דאַן געטוויטעד אַ פאָרשלאַג צו העלפן ענגלאַנד אין סיי וואָספאַראַ וועג.


שבת פאַרטאָגס 12:46 - מאַן מיטן מעסער האט געשריגן דאָס איז פאַר אַללאַ' - באַריכט

אַ בייוואוינער אויף לאָנדאָן בריק, דערציילט אַז ער האָט געזעהן דריי מענטשן שטעכענדיג מענטשן רעכטס און לינקס, אויסשרייענדיג "דאָס איז פאַר אַללאַ".



שבת פאַרטאָגס 12:56 - וואָוקסהאָול אינצידענט אומגעבינדן צו די לאָנדאָן בריק און באָראָ מאַרקעט

די פּאָליציי האָבן געזאָגט אַז דער אינצידענט ביי וואָוקסהאָול איז געווען אַ שטעכעריי, אומגעבינדן צו די טעראָריסטישע אַטאַקעס אויף די לאָנדאָן בריק און באָראָ מאַרקעט.


די פּאָליציי האָבן איצט אפיציעל דערקלערט דער לאָנדאָן בריק און באָראָ מאַרקעט אַטאַקעס ווי 'טעראָריסטישע אינצידענטן'.


שבת פאַרטאָגס 1:15 - ווידעאָ ווייזט די סצענע ביי די לאָנדאָן בריק


שבת פאַרטאָגס 1:27 - ווי צו לאָזן פריינד און משפּחה וויסן איר זענט פאַרזיכערט



שבת פאַרטאָגס 1:41 - אויפרייסן געהערט ביי באָראָ מאַרקעט


דריי אויפרייסן זענען געהערט געוואָרן ביי די באָראָ מאַרקעט אין 1:25am. רעפּאָרטערס אויף די סצענע גלויבן עס זענען געווען קאַנטראָולירטע אויפרייסן דורך די פּאָליציי.

"דער ערשטער איז געווען קליין," האט געזאגט טעלעגראַף רעפּאָרטער קעיט מעקאַן.

"די צווייטער אַסאַך העכער און דערנאָך איז געקומען אַ דריטע."

שבת פאַרטאָגס 1:49 - סאַדיק כאַן פאַרדאַמט 'אומפאַרשעמטע אַטאַקעס'


לאָנדאָן מעיאָר סאַדיק כאַן האט אַרויסגעשיקט אַ פול דערקלערונג דאַנקענדיג די עמעדזשענסי פּערסאָנאַל און פאַרדאַמענדיג די "אומפאַרשעמטע אַטאַקעס".


שבת פאַרטאָגס 1:52 - בילד ווייזט אַ מענטש אויף ערד מיט קאַניסטערס צוגעבינדען צו אים



שבת פאַרטאָגס 2:00 - נאָך אַן אויפרייס געהערט ביי די לאָנדאָן בריק



שבת פאַרטאָגס 2:27 - דריי אַרעסטירט


ניעל טעיט האָט געזאָגט אַז ער האָט געזעהן צוויי אָדער דריי יונגע מענטשן אין זייער 20'ערס ווערענדיג אַרעסטירט אין באָראָ היי סטריט.

שבת פאַרטאָגס 2:33 - שפּיטעלער אויף לאַקדאון


דריי הויפּט לאָנדאָן שפּיטעלער האָבן געזאָגט אויף זונטאָג אַז זיי זענען געווען אויף לאַקדאַון נאָך די אַטאַקעס לעבן לאָנדאָן בריק שפּעט שבת ווי בערך זיבן מענטשן זענען לכאורה טויט, צו האַלטן פּאַציענטן, פאַמיליע און אַרבייטער פאַרזיכערט.

שבת פאַרטאָגס 2:38 - כאָטש 20 פאַרוואונדעטע


לאָנדאָן אַמבולאַנס סערוויס באַריכטן אַז זיי האָבן גענומען כאָטש 20 פּאַציענטן צו זעקס שפּיטעלער אין לאָנדאָן.

"מיר האָבן גענומען כאָטש 20 פּאַציענטן צו זעקס שפּיטעלער אַריבער לאָנדאָן נאָכפאָלגענדיג די אינצידענט ביי די לאָנדאָן בריק", האט די לאָנדאָן אַמבולאַנס סערוויס אַסיסטענט דירעקטאָר אָוו אַפּערעשאָנס, פּיטער רהאָדס, געזאגט אין אַ סטעיטמענט זונטאג.

"מיר האָבן אויך באַהאַנדלט אַ נומער פון מענטשן אין די סצענע פאַר וויניגער ערנסט וואונדן," האָט ער צוגעגעבן.

שבת פאַרטאָגס 2:49 - מענטשן אַנטלויפן אין פּאַניק




שבת פאַרטאָגס 3:45 - זיכערהייט געשטערקערט אין ניו יאָרק




שבת פאַרטאָגס 3:46 - טראָמפּ און מעי רעדן אויף די טעלעפאָן



שבת פאַרטאָגס 4:59 - פּאָליציי: לאָנדאָן אַטאַקירער האָבן אָנגעהאַט פאַלשע זעלבסטמאָרד וועסטס



שבת פאַרטאָגס 5:30 - אָפּדעיט


  • פּאָליציי זענען גערופן געוואָרן אַרום 10:08pm צו באַריכטן פון אַ קאַר אַראָפּקלאָפּענדיג מענטשן אויף לאָנדאָן בריק;
  • די ווייסע ווען האָט דעמאָלטס געפאָרן צו באָראָ מאַרקעט;
  • דריי מענטשן זענען דעמאָלט אַרויסגעקומען פון די ווען און אנגעהויבן צו שטעכן מענטשן, אַריינגערעכנט אַ בריטישע טראַנספּאָרט פּאָליציאַנט;
  • די מערדער זענען דערשאָסן געוואָרן טויט דורך פּאָליציי ביי באָראָ מאַרקעט אַכט מינוט פון ווען די ערשטער רוף איז געמאכט געוואָרן;
  • כאָטש זעקס מענטשן זענען דער'הרג'עט, און מער ווי 30 פאַרוואונדעט.

נאָך בילדער און ווידיאָס







ספּעציעלע אויסגאַבע פון "די נייעס באַריכט"



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל