ירושלים - ווידעראמאל האט זיך איבערגעקערט ירושלים עיה"ק איבער'ן רשעות פון די פאליציי און רעגירונג אויטאריטעטן אין מדינת ישראל, ווען אום ערב שבת, אין די סאמע פארנומענסטע שטונדן ביי כלל ישראל, האבן זיך מחנות פאליציי אפיצירן אריינגעריסן אין דער מאה שערים געגנט אין ירושלים און זיך גענומען שלאגן און רצח׳נען זקנים עם נערים, ארעסטירנדיג פערצן אידן, צווישן זיי עטליכע גדולי תורה און פערזענליכקייטן.

דער איבערפאל אויף מאה שערים, אום ערב שבת קודש ביי חצות, איז געקומען אלס טייל פונעם אונטערדרוקונג קאמפיין וואס די ציוניסטישע רעגירונג זוכט צו פארשטילן דעם קאמף קעגן דעם ביטערן גזירת הגיוס און איבער דעם וואס ערליכע אידן זענען מוחה קעגן די רעליגיעזע זעלנער – די טרויעריג-בארימטע חרד״קים - וועלכע קומען אריין מיט קאפל, בארד און פיאות אין די חרדישע געגנטער אנגעטון מיט זייערע מיליטערישע מונדירן, זיך צו רייצן מיט די ערליכע איינוואוינער די ברכים אשר לא כרעו לבעל הציוני.

עטליכע אפיצירן זענען אריינגעשיקט געווארן פארשטעלט ווי חרד״קים צו דער מאה שערים געגנט, דירעקט אנצודרייען א פראוואקאציע, און ווי נאר עטליכע אידן האבן אנגעהויבן מוחה זיין, האבן די אפיצירן אנגעהויבן ארעסטירן רעכטס און לינקס, שלאגנדיג די מוחים מיט נאגייקעס, און אפילו סתם חרדי'שע דורכגייער האבן אריינגעכאפט מערדערליכע שלעק, פאר׳ן חטא פון זיין אויף דער גאס, אריינגערעכנט קליינע קינדער וואס זיי האבן געשלאגן ביז דאס בלוט האט געשפריצט. די רוצחים האבן זיך דערנאך אריינגעריסן אין היכל ה׳, אין הויף פון ביהמ״ד הגדול דקהל תולדות אהרן, און זענען נאכגעלאפן עטליכע אידן און זיי ארעסטירט.

צווישן די וועלכע זענען ארעסטירט געווארן דורך די רשעות׳דיגע פאליציי, איז געווען דער ראה״כ הגאון רבי מאיר דוב שטיינבערגער שליט״א, הגאון רבי נחום משה היימליך שליט״א, הרב שמואל שישא שליט״א מראשי הנהלת מוסדות תולדות אהרן, און נאך. באזונדער האבן די פאליציאנטן געשלאגן און פארוואונדעט דעם באקאנטן בעל מחנך ר׳ אברהם יעקב שטיינבערגער שליט״א, מנהל רוחני פון ת״ת תולדות אהרן, הרה"ח ר׳ דוד אלי׳ ווייס הי״ו מנכבדי ק״ק תו״א און אנדערע.

דער איבערפאל און די כוואליע ארעסטן איז געקומען שוין נאכדעם וואס דעם פארלאפענעם ערב שבועות האבן די ציוניסטישע פאליציי דורכגעפירט אן ענליכן איבערפאל און ארעסטירט זיבן אידן, וועלכע זענען באפרייט געווארן נאך בעפאר יו״ט אויף א ריכטער׳ס באפעל. אויך דא האט זיך עס בחסדי ה׳ אויסגעלאזט מיט א דורכפאל, ווען אפילו דער ציוניסטישער ריכטער האט נישט געזען קיין שום סיבה פארוואס די פערצן זענען בכלל ארעסטירט געווארן, און אלע זענען באפרייט געווארן איידער כניסת השבת.

דער פרישער רשעות'דיגער און רציחה'דיגער עפיזאד קעגן ערליכע אידן, געצילט בלויז צו דערשטיקן דעם קול מחאה פונעם יהדות החרדית, האט געברענגט א שטורעם אפילו אין דער אלגעמיינער פרייער מידיא אין מדינת ישראל, וועלכע האבן אלע מודה געווען אז די ארעסטן זענען געווען זינלאז און א רעזולטאט פון בלינדער האס - און ביי חרדי׳שע אידן איבער דער וועלט, שלומי אמוני ישראל - הערט מען א רוף פון חיזוק פאר אחב״י אין ארה״ק, שטארקט אייך און ברעכט אייך נישט אונטער טראץ די רשעות'דיגע מעטאדן, דאס חרדישע אידנטום איז מיט אייך אינעם קאמף קעגן די רשעי ישראל און קעגן דער גזירת הגיוס בפרט, ובשם ה' נעשה ונצליח ביז צום מבטל מאכן די ביטערע גזירה!





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל