די רעליגיעז-ציוניסטישע צייטונגען אין מדינת ישראל, "המבשר" און "יתד", האבן זיך דעם זונטאג צופרי צעלאזט און זענען ארויסגעקומען אין זייערע פאדערשטע זייטן מיט א ווילדער אטאקע קעגן "דער איד", דער שופר פונעם אלוועלטליכן ארטאדאקסישן אידנטום, וואס וואגט זיך צו פארשפרייטן די אמת'ע, טרויעריגע און ביטערע פאקטן פון דער שרעקליכער גזירת שמד פון גיוס וואס בושעוועט אין ארה"ק, וואס ליידער זענען די נציגים פון די חרדישע פארטייען, די חברי כנסת המינים, די וואס האבן צוגעשטימט דערצו און העלפן ליידער צו אריבערצופירן טויזנטער בחורי הישיבות צו שמד ממש.

די ווילדע פרעצעדענטלאזע אטאקע קעגן "דער איד" האט באשיינפערליך געוויזן די אומגלויבליכע השפעה פון שרייבן נאכאנאנד קעגן דער ביטערער גזירה, און ווי עס וועקט אויף די גאנצע אידישע וועלט, אריינגערעכנט אזעלכע וואס געפינען זיך צווישן זייערע שיכטן און קרייזן אין ארץ ישראל, וואס אלע שרייען געוואלד, ווי קען מען צולאזן אזא הפקרות'דיגע הנהגה צווישן די חרדישע פארטייען, וואס וואגן זיך צו טרעטן אויף אלעם הייליגן און העלפן שטופן דעם ציוניסטישן וואגן בארג אראפ אויף אזא שוידערליכן גאלאפ.

אין דער זעלבער צייט, בלאזט עס אויך אריין א מורא'דיגן חיזוק אינעם אומגעפעלשטן חרדי'שן אידנטום, דאס זען די זידלערייען און פארלוימדונגען אין דער רעליגיעז-ציוניסטישער פרעסע, אלעס ווייל מ'לאזט נישט אויסלעשן און צונישט-מאכן די שארפקייט פון דער שרעקליכער גזירה, ווי זיי וואלטן ווען געוואלט, לייגט ארויף א פילפאכיגן גרעסערן פליכט אויף יעדן איד לבא לעזרת ה' בגבורים, און ארויסגיין מיט די מאסן זיך משתתף זיין אינאיינעם מיט די גדולי ומאורי ישראל ביים בעפארשטייענדן כינוס הרבבות פון יהדות אמעריקע, קומענדיגן זונטאג פרשת שלח אין בארקלעיס סטאדיום אין ניו יארק, וואו מ'וועט בעז"ה אויפטרייסלען די וועלט איבער דעם שוידערליכן "גזירת שמד" אין ארה"ק און נישט לאזן דערשטיקן די פינסטערע גזירת הגיוס וואס באדראעט דעם עקזיסטענץ פון כלל ישראל בארה"ק.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל