וואשינגטאן – פלאקאטן זענען געפונען געווארן אויסגעקלעבט און אנגעהאנגען לענגאויס וואשינגטאן די-סי, אנגעבנדיג ווי גלייך די פלאקאטן זענען פון די פעדעראלע אימיגראציע אויטאריטעטן, און דער אינהאלט פון די פלאקאטן האט גערופן איינוואוינער צו באריכטן פאר די פעדעראלע אויטאריטעטן אויב מען ווייסט פון עמיצער וועלכער געפינט זיך אין אמעריקע אומלעגאל, אבער די פעדעראלע אימיגראציע ענפארסמענט אויטאריטעטן האבן געזאגט אז די פלאקאטן זענען פאלש און זיי האבן דאס נישט אויסגעהאנגען. וואשינגטאן די-סי איז איינס פון די "סענקשוערי סיטיס" וועלכע האבן פארשפראכן נישט צו קאאפערירן מיט פרעזידענט טראמפ׳ס נייע שטרענגע אימיגראציע געזעצן, און דער לאקאלער מעיאר האט שארף פארדאמט די אקטיוויסטן וואס האבן אויסגעהאנגען די פלאקאטן, פארארדענדיג אז מען זאל עס אראפרייסן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל