וואשינגטאן – די אויפשאקלונג אין ווייסן הויז וואס מען הערט שוין באריכטן דערפון פאר עטליכע וואכן, האט זיך שוין אפיציעל\אומאפיציעל אנגעהויבן, ווען דער ווייסער הויז קאמיוניקאציע דירעקטאר, מייק דובקע, וועמענ'ס דזשאב ס'איז אנצופירן מיט אלע פרעסע פארבינדונגען און מעסעדזש-קאנטראל פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, האט רעזיגנירט פון זיין פאזיציע נאכ'ן דינען דארטן בלויז דריי מאנאטן. לויט ווי מ'הערט האט שוין דובקע געהאט אריינגעגעבן זיין רעזיגנאציע פאר טראמפ אום מאי 18, אבער ער האט מסכים געווען צו פארבלייבן אויף דער פאזיציע ביז נאכדעם וואס טראמפ קומט צוריק פון זיין רייזע אין אויסלאנד. אויסער דעם האט מען געהערט אז טראמפ טראכט ערנסט אין די נאענטע טעג ארויסצואווארפן ווייסן הויז שטאב הויפט, רעינס פריבוס, און נעמען אנשטאט אים דעוויד אורבען, וועלכער האט אנגעפירט די טראמפ קאמפיין אפעראציעס אין פענסילוועניע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל