וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט געלאזט הערן אין פרישע מעסעדזשעס אויף טוויטער קלאר און דייטליך, אז ער וויל אז דער סענאט זאל פטור ווערן פונעם "פיליבאסטער". דער "פיליבאסטער" איז א פראצעדור וואס די פארטיי וועלכע קאנטראלירט נישט דעם סענאט, קען בלאקירן דעם סענאט פון דורכפירן נייע געזעצן און מאסיווע טוישונגען צו אלטע געזעצן, וויבאלד אזעלכע אפשטימונגען דארפן האבן זעכציג שטימען און יעצט האבן די רעפובליקאנער נישט קיין זעכציג זיצן אינעם סענאט, וואס באדייט אז זיי דארפן צוקומען צו שטימען פון די דעמאקראטן אויף וויכטיגע אישוס, און די דעמאקראטן קענען דאס בלאקירן דורכ'ן זיך אויפשטעלן געבן רעדעס נאכאנאנד, און דורכפירן א פיליבאסטער, נישט לאזנדיג די אפשטימונג ווערן אפגעהאלטן. טראמפ וויל אז דער סענאט זאל טוישן אירע רעגולאציעס, אז עס זאל זיך שטענדיג נאר אויספעלן א "פשוט'ע מאיאריטעט", וואס באדייט 51 סענאטארן. רעפובליקאנער סענאט פירער, מיטש מעקאנעל, האט שוין א מאנאט צוריק געזאגט אז דער סענאט וועט נישט טוישן אירע רעגולאציעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל