דייטשלאנד – א געוועזענער נאצי עס-עס אפיציר, וועלכער איז שוין געווען פאראורטיילט פאר זיין ברוטאלע ראלע אין די רציחות אויף טויזנטער אידן אין אוישוויץ, איז געשטארבן אין עלטער פון 95 יאר. דער פארשוין ריינאלד הענינג (Reinhold Hanning) איז אנגעקלאגט געווארן מיט 170 טויזנט מארד קלאגעס איבער זיין ראלע אלס אפיציר אין אוישוויץ, אבער ווען ער האט איינמאל אויפגעטרעטן אין געריכט, וואו ער האט געזאגט אז ער האט חרטה און האלט נישט אויס אז ער האט צוגעלאזט אזעלכע זאכן פאסירן, האט ער קאטעגאריש דערקלערט אז ער האט נישט געשפילט קיין אקטיווע ראלע אין די רציחות. די פראקורארן האבן געברענגט פארשידענע באווייזן איבערצוצייגן דאס געריכט אז הענינג האט יא געהאט אן אקטיווע ראלע, און עווענטועל איז הענינג פאראיאר פאראורטיילט געווארן צו פינף יאר טורמע. ער איז אבער געווען אויף דער פריי ביז'ן לעצטן טאג פון זיין שמוציגן לעבן, וויבאלד ער האט אפעלירט דעם טורמע אורטייל און דאס געריכט האט אים געלאזט דערווייל זיין פריי.











קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל