איירלאנד – א פערציג יעריגער האלאנדישער אפשטאמיגער איז ארעסטירט און פאראורטיילט געווארן צו פינף יאר טורמע נאכ'ן געפונען ווערן שולדיג אויף א סעריע קלאגעס, אריינגערעכנט אז ער האט געסטראשעט צו נוצן א מעסער און דערמארדן אידן. דער פארשוין איז אידענטיפיצירט געווארן אלס שמאאיל הירושאו (Shmael Heirouche), און זיינע צוויי פראנצויזיש-אפשטאמיגע אידישע שכנים האבן אלארמירט די פאליציי נאכדעם וואס ער האט זיי אנגעהויבן ווילד אנשרייען אז זיי זענען אידן, און דעריבער גייט ער זיי דערמארדן מיט א לאנגן מעסער וואס ער האט זיך איינגעשאפן. ער האט אויך געזאגט פאר די צוויי שכנים אז ער קוקט שטארק ארויף די אייסיס טעראריסטן וועלכע האבן דורכגעפירט די טעראר אטאקעס אין פראנקרייך פאראיאר און צוויי יאר צוריק. הירושאו האט א היסטאריע פון עטליכע גייסטישע קרענק, אבער ער האט זיך אנטזאגט פון נוצן זיינע קראנקהייטן אלס א פארטיידיגונגס מיטל אין געריכט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל