תל אביב – די אמעריקאנער אמבאסאדע אין מדינת ישראל וועט, דערווייל, פארבלייבן אין תל אביב, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן דעם ספעציעלן "וועיווער", וועלכע זאגט אז די אמבאסאדע זאל דארטן פארבלייבן און נישט גערוקט ווערן קיין ירושלים. אין לויף פונעם קאמפיין האט טראמפ פארשפראכן אז ער וועט רוקן די אמבאסאדע קיין ירושלים – עפעס וואס די איזראעליס לייגן שוין לאנגע יארן דרוק אויף אמעריקאנער פרעזידענטן, טראץ וואס ס'איז קלאר אז דאס קען ה"י פירן צו גרויסע בלוט פארגיסונגען דורך די אראבער וואס וועלן פריש אנגערייצט ווערן דורך אזא שריט. ס'איז אזוי איינגעשטעלט אז יעדע זעקס מאנאטן דארף דער אמעריקאנער פרעזידענט אונטערשרייבן אזא "וועיווער" צו לאזן די אמבאסאדע אין תל אביב, און מאנטאג די וואך האט ביבי נתניהו נאך פרובירט לעצט-מינוטיגע דרוק אויף טראמפ, ער זאל נישט אונטערשרייבן דעם וועיווער. למעשה האט ער עס יא אונטערגעשריבן און די אמבאסאדע בלייבט, דערווייל, אין תל אביב. ווי טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע זאגן, צילט דאס צו פארגיטיגן די אראבער און זיי ברענגען צום שלום פארהאנדלונגס טיש.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל