מאנילא – אמווייניגסטנס 34 זענען אומגעקומען נאכדעם וואס א באוואפנטער פארשוין האט געשטורעמט די "רעזארט ווארלד מאנילא" קאסינא קאמפלעקס אין מאנילא, פיליפינען. דער אינצידענט האט פאסירט ווען דער פארשוין, וואס האט געצילט דורכצופירן א רויבעריי אויפ'ן קאסינא, האט געשאסן עטליכע קוילן אין דער לופטן און אונטערגעצונדן קאסינא טישלעך. דאס האט געשאפן א שרעקליכן פאניק און כאאס צווישן די טויזנטער אינעם קאסינא קאמפלעקס, און שנעל האבן אנגעהויבן קורסירן פאלשע שמועות איבער אן אקטיווע טעראר אטאקע אינעם קאסינא קאמפלעקס, אז די מאסן האבן זיך געיאגט צו די ארויסגענג, וואס האט געברענגט אז הונדערטער מענטשן האבן געטרעטן איינער אויפ'ן צווייטן און אנדערע זענען געבליבן פארכאפט אינעווייניג, שטיקנדיג זיך פון דעם רויעך פון די קליינע פייערן. דער פארשוין איז באגאנגען זעלבסטמארד אויפ'ן ארט נאכ'ן שיסן עטליכע קוילן אויף באוואפנטע אפיצירן וועלכע זענען געקומען אים ארעסטירן.

הוסף רשומת תגובה