מאסקווע – צום ערשטן מאל האט מען געהערט פונעם רוסישן פרעזידענט, וולאדימיר פוטין, קאמענטארן אז רוסן זענען יא געווען פארמישט אין העקערייען מיט'ן ציל צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן. פוטין האט אדרעסירט א גרופע רעפארטערס, און ווען מ'האט אים געפרעגט, צי ער קען זאגן קלאר הונדערט פראצענטיג אז קיין שום רוס איז נישט געווען פארמישט אין העקערייען אויף אמעריקאנער קאמפיוטערס אין לויף פונעם פארלאפענעם וואל סעזאן, האט פוטין געענטפערט אז ס'זענען מעגליך געווען "רוסישע פאטריאטישע בירגער", וועלכע האבן געטאן שריט אויף די אייגענע הענט, אבער נישט אז עמיצער איז פארארדענט געווארן דורך דער רעגירונג עס צו טאן.

אין די לעצטע מאנאטן האט פוטין קאטעגאריש דערקלערט, איינמאל און נאכאמאל, אז די באשולדיגונג, כאילו רוסלאנד האט געהאט סיי וועלכע ראלע אין די אמעריקאנער וואלן, איז פיקציע און פאנטאזיע, און אן אויסרייד וואס די דעמאקראטן זוכן צו קענען זאגן פארוואס זיי האבן פארלוירן. אבער אין די פרישע קאמענטארן איז ער שוין געווען אביסל מער אפן, זאגנדיג אז רוסישע בירגער האבן מעגליך פריוואט געזען די סיטואציע אין אמעריקע און באשלאסן עפעס צו טאן. ער האט פארגליכן העקערס צו ארטיסטן, וועלכע פארבן שיינע מאלערייען אריינצוברענגען אין מענטשן א פאזיטיווע גוסטע, זאגנדיג אז ס'זענען מעגליך געווען רוסישע פאטריאטן וועלכע האבן גענומען שריט צו העלפן זייער לאנד'ס אינטערעסן אין אמעריקע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל