פאריז – פראנקרייך, דייטשלאנד און עטליכע אנדערע אייראפעאישע לענדער האבן רעאגירט מיט גרויס אויפברויז נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אונטערגעשריבן א פארארדענונג ארויסצוציען די פאראייניגטע שטאטן פונעם גרויסן "פאריז קלימאט אפמאך" וועלכע איז דערגרייכט געווארן צווישן נאענט צו 200 לענדער מיט צוויי יאר צוריק, מיט'ן ציל צו שניידן וויפיל שעדליכע גאזן און פאלושן יעדעס לאנד וועט ארויסגעבן.

טראמפ'ס סיבה פאר'ן זיך ארויסציען פונעם אפמאך – א זאך וואס ער האט פארשפראכן צו טאן ביים קאמפיינען – איז ווייל ס'וועט שעדיגן עטליכע גרויסע אמעריקאנער אינדוסטריעס, וואו מיליאנען אמעריקאנער פארמאגן דזשאבס, נעמליך קוילן פאבריקן, גאזאלין רעפיינעריס א.ד.ג., אבער די אייראפעאישע לענדער זאגן אז דאס צייגט אז טראמפ וויל נאכמער דערווייטערן אמעריקע פון דער איבריגער וועלט.

די טראמפ אדמיניסטראציע האט געזאגט אז זי וועט אויספאלגן דעם ארויסציאונג פראצעדור וואס דער פאריזער אפמאך האט איינגעשטעלט, וואס באדייט אז ס'וועט נאך דויערן 3 און א האלב יאר ביז אמעריקע וועט טאקע פאקטיש זיין אפגעריסן פונעם אפמאך.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל